חרדי'שע פרוי קידנעפט א קינד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:16 am
א חרדי'שע פרוי וואס איז געזעהן געווארן קידנעפן א קליין קינד ביי א חתונה זאל האט געזאגט אז די מאמע האט נישט קיין שום רעכט צוריקצונעמען די בעבי ווייל ס׳געהערט צו איר. די מעשה האט פאסירט לעצטע חודש אינמיטן א חתונה פון א חסיד׳ישע משפחה. די פרוי וואס גייט ארום צו אסאך חתונה׳ס כדי צו קענען עסן א אומזיסטע סעודה, האט אפגעמאכט אז זי וויל אהיים נעמען א בעבי און אויפהאדעווען ווי אן אייגן קינד. אינמיטן די חתונה האט די מאמע באמערקט אז איר בעבי איז פארשוואונדן געווארן פון די קערידזש. די משפחה האט באלד אנגעהויבן א זוכעריי נאכ׳ן קינד, מ׳איז אויך ארויס זיכן אינדרויסן פון זאל ווען מ׳האט באמערקט די פרוי ווי זי וויל ארויפגיין אויף א באס מיט׳ן קינד. ווען זיי האבן פראבירט ארויס כאפן די קינד פון איר האט זי געזאגט זי האט אויך די רעכט צו האבן די קינד ווייל אלע אידן זענען איין משפחה. ווען די משפחה האט איבערגעקוקט די בילדער פון די חתונה זענען זיי ערשטוינט געווארן צו זעהן אז איינע פון די פיקטשערס האט מען געכאפט די מינוט וואס די פרוי האט גע׳קידנעפט דאס קינד. לויט די אויספארשער האט די פרוי ארויסגענומען די קינד פון קערידזש און געטאנצן אפאר מינוט מיט׳ן קינד און ווען קיינער האט נישט געזעהן איז זי ארויס מיט׳ן קינד פונעם חתונה זאל.
ק/פ
ק/פ