בלאט 1 פון 1

איך בין א פץ

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פץ לו המבשר באמת היום תתעשר

היינט קומט פאר א ריזיגע לאטערי פון שווערע דאלארן. פריער האב איך געקופט איין לאטא א קוויקפיק און איך האף צום בורא עולם וואס פארשטייט דאך יא אז איך בין פון דע פאצעס און ביי מיר גילט נישט דער ''לא לחכמים לחם'' מעג ער מאכן אז איך זאל שוין געווינען. מיט דעם האב איך געקלערט איז פשט ''פץ לו המבשר'' אליהו האט עם געזאגט קודם מוז מען ווערן א פץ נאר נאכדעם ווען די ביזט שוין ארויס פון גדר '''חכם''' איז דא ווי דער ברכה זאל חל זיין און ס'וועט זיין ''היום תתעשר''.

רוב ציבור דא וועט מסכים זיין אז איך בין א פץ (אה , יעצט קען מען נישט צוריקציען!!) וועט יעדער פארשטיין אז איך וועל ארויס גיין זכאי ביים גורל היינט נאכט. און נאך עפעס , אזוי ווי איך שרייב דא וואס פאר א פץ איך בין צו וואס יעדער כמעט איז מסכים קען מען דאך רואיג לייקן דע תגובה ניין? נו איז דאך עס א ווין ווין סיטואציע. אהער מיט די לייקס!

ידיד נפש...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארגעסן צו שרייבן אז דע תורה איז געווען לכ' מיין 400 תגובה

א-ל מסתתר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 2:07 pm
דורך איך אויך
פרי צדיק? פיינע צדיק? פינטעלע צדיק? פיין צומישט? פול צוקערדיג? פרא צאלי? פינגער צוקוועטשט? פינקי ציהט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
דער פינטל: ס'א ריזיגע תורא. איך וויל זעין דו זאלסט עס איבערזאגן אין דיין ביהמ"ד ביי שלוש סעודות אדער מלוה מלכה. איך ווארף מיך שוין פאר געלעכטער אויף דעים גרויסן לאכעריי וואס וועט זיך טון אין ביהמ"ד. נאר ס'איז אן אמת'דיג ווערטל. :lol: :oops: :o :shock:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איינער האט מיר פריוואט אנגעזידעלט אז איך בין א פץ און אז קיינער האט מיר נישט ליב אין ק"ש. האב איך געמאכט א ''וועט'' מיט יענעם. א לייק מיינטאך אז מ'איז מסכים צו וואס ס'איז געשריבן. איך גיי אפען שרייבן אין ק"ש אז איך בין א פץ און וועסט זען קיינער כמעט וועט נישט מסכים זיין , ס'וועט נישט האבן לייקס. און איך האב געווינען! קיינער האלט נישט אז איך בין א פץ! (חוץ איין גוטע ברסלעבר וואס האט ליב געהאט בלויז די תורה) א גרויסער דאנק!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארלוירן :x

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:16 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
אגב "פץ" מאכט פאפא-צעהלים
ס'איז נוגע פאר היינט נאכט, ווען מ'איז מלא כעס אויף די געבלאקטע בעדפארד עוועניו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:23 am
דורך פיטומי מילי
לויט וויזוי די שרייבסט טוט זיך ענעלייזען אז ביסט טאקע א פץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:26 am
דורך דער (פינטעל) איד
פיטומי מילי האט געשריבן:לויט וויזוי די שרייבסט טוט זיך ענעלייזען אז ביסט טאקע א פץ

דאן פארוואס לייקסטע נישט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:36 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
פיטומי מילי האט געשריבן:לויט וויזוי די שרייבסט טוט זיך ענעלייזען אז ביסט טאקע א פץ


העלוי, גיי צוריק טאנצען
איצט איז דער עולם רואיג, בעדפארד איז שוין אפען.
עז אף נאו, איז נאר פאפא פארמאכט :lol: