בלאט 1 פון 1

אָנדענקטאָג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:47 pm
דורך שלום בערגער
אָנדענקטאָג

בעי דאאָ

מיר בלאָנדזשען דאָרט אין טיפער ריזיקײט
אָנדענקטאָג
און מיר זינקען אין אײנעם
װײטיק דורכן שטורעם פון אמאָל

די װינט נעמט אָן די פאָרעם פון א שליסללאָך
דאָס איז גסיסה פון זכרון
װיסן פון דער נאכט

פון מאנדארין-כינעזיש: ש”ב
- See more at: http://zackarysholemberger.com/2013/12/ ... jhhFT.dpuf

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:07 am
דורך נולד מאוחר
כהאב שוין מקיים געווען שנים מקרא, ווער קען מקיים זיין ואחד תרגם?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:48 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
עמיצער האט אמאל געזאגט אז די ערגסטע שאלה וואס קען געשטעלט ווערן צו א פאעט איז: וואס מיינט דאס?... פאעזיע פילט זיך מער ווי פארשטייט זיך. אזא מאדנע טבע האט זי, די דאזיגע מיסטעריעזע באשעפעניש.
פארט, ס'וויל זיך א פרואוו טאן צוצושטעלן אזא כמו-תרגום. און אויב וועל איך דערמיט גרייזן און מאכן א פגם אין דער נשמה פון דער פאעמע, וועל איך זי אונטערטראגן דעם זאג פון אונזער אלטן משורר: "שגיאות מי יבין?"


"אנדענקטאג", עכ"פ אין דעם פאל, רעדט פון א זכר נאך עפעס שלעכטס. דער פאעט טראגט זיך אויך מיט עפעס א פעסימיזם איבער דעם זכר.

דאס אז מען קען גרינג "בלאנזשען אין טיפער ריזיגקייט" איז א דבר פשוט. ווען עפעס איז גרויס, נאך דערצו טיף אויך, איז מען עלול זיך צו פארלירן און בלאנזשען.

אז ס'איז טיף, דער אנדענק, קען מען דארט זינקען אויך.

דער "אנדענקטאג" קומט דאך אפצייכענען א געשעעניש -- א גרויסע, וויכטיגע געשעעניש. אויב זי וואלט נישט געווען וויכטיג, וואלט מען זי נישט געווידמעט קיין אנדענק. די אייגנטליכע איבערלעבעניש ווערט אבער מיט דער צייט פארגעסן. אלץ וואס בלייבט זענען די פאקטן פון די דברים כהווייתן, און די השפעה וואס די געשעעניש האט איבערגעלאזט.

מען "זינקט אין ווייטאג דורכן שטורעם פון אמאל". דער שטורעם איז געשען; דער ווינט האט זיך אבער שוין לאנג איינגעשטילט. מיר דערמאנען זיך יעצט פון יענעם שטורעם, אבער אלעס וואס מיר געדענקען איז די ווייטאג פון יענער געשעעניש. דער עצם שטורעם איז א פארגאנגענהייט, שוין כמעט ווי פארגעסן. געבליבן זענען די זכרונות -- אין דעם פאל, נישט קיין גוטע.

יענע ווינט וואס פונעם דערמאנטן שטורעם איז שוין כמעט פארגעסן. א שליסללאך איז א קליינע עפענונג, דורך וועלכער מ'קען כאפן א בליק וואס טוט זיך דארט, אונטער דער פארמאכטער טיר. דאס שליסללאך איז גענוג צו כאפן א גוטן בליק, אבער נישט מער. זיך אומקוקן און גוט באטראכטן קען מען נאר דורך אן אפענער טיר.

אויב די זכרונות זענען בלאס מוז דאך זיין אז דער זכרון, עכ"פ וואס אנטבאלאנגט דעם אנדענק, גוסס'ט. אויב וואלטן געווען שארפע, קלארע בילדער-זכרונות, וואלטן מיר דערפון געקענט דרינגען אז דער זכרון לעבט אויף אלע באקן. אויב צאנקען די זכרונות, מוז זיין אז דער זכרון איז דא יעצט אן אפגעלעבטער זקן.

און דאס אז "די נאכט" איז נישט די גרויסע ווייסערין איז שוין א דבר פשוט. דער טאג איז קלאר, אפן, דורכדרינגליך. ער איז א חכם און ווייסט. די נאכט איז שטיל, באהאלטן, נישט קלאר. זי איז א גוטינקע, אבער ווייסט נעבעך נישט קיין סך.


ע"כ וויאזוי איך האב די פאעמע פארשטאנען. כ'בין נישט זיכער אז כ'האב מכוון לאמיתה; כ'בין אבער זייער זיכער ("ס'איז קלאר ווי דער טאג") אז מיט'ן מסביר זיין האב איך דאס שטיקל פאעזיע געשמידט אין קייטן פון שכל. כ'האב גענומען איר גאנצע הארץ-ברייטקייט און אריינגעצוואונגען א אזא קליין שטיקל שטח ווי דעם מוח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:53 pm
דורך ברסלבער
פשוט-קאמפליצירט, זייער שיין.

און וואס מיינט "פון מאנדארין-כינעזיש"?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:56 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
ייש"כ.
דאס איז, דאכט זיך, א וואריאנט פון דער כינעזישער שפראך, פונקט ווי "יידיש" איז א וואריאנט פון דער אידישער שפראך :-D

שקױעך פארן פּשט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:08 pm
דורך שלום בערגער
כ'װאָלט צוגעגעבן, אז (כאָטש דער פּירוש לײגט זיך אױפן שכל) איז פּונקט אזױ "ריכטיק" צו זאָגן, אז אין אזא סטיל װאָס בעי דאאָ שרײבט, גײט נישט אזױ אין א מעשה, א נאראטיװ, װי אין א שנירל געפילן װאָס דער פּאָעט װיל איבערגעבן. דער פּערזאָן הינטערן ליד איז אזױ װיכטיק װי די לאָגיק.

כינע פארמאָגט צענדליקער שפּראכן. מאנדארין איז אזא כלל-כינעזיש. פארגלײַכן למשל מיט קאנטאָנעזיש און אנדערע. אַ דאנק פארן לײענען און באקענען זיך מיט בעי דאאָ (דאָס איז אלײן אַ פּסעװדאָנים, װאָס איז טײטש 'צפֿון-אינדזל').

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:18 pm
דורך יאיר
זייער שיין, שלום. מען קען נוצן "וויסן" אלס א noun? פילייכט וואלט געווען בעסער צו שרייבן "א ידיעה פון דער נאכט."
אגב, איר האט דאס אליין איבערגעזעצט פון כינעזיש? אויב יא, מיינט דאס אז ווען איר דרוקט זיך אויס "דער בעל דרשן רעדט כינעזיש צו מיר" מיינט עס אז איר האט גאר גוט פארשטאנען די דרשה און איר קענט עס אפילו איבערזעצן אויף אן אנדער שפראך :lol:.

סובסטאנטיוון (זאכווערטער) און ווערבן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:44 pm
דורך שלום בערגער
יעדע ווערב קען זיין א זאכווארט. ס'איז ניט אזוי טאג טעגלעך און שמועסדיק נאר וואדען... ידיעה וואלט געהאט אן אנדער טעם, די זאך אליין, ניט די פעולה פון "יודע זיין".

איך שטודיר כינעזיש. געווען אין ביידזשינג יענע וואך (זע מיין בלאג). דאס איבערזעצן (זאכוווארט! ווערב!) דאס ליד האט מיר געדויערט א געזונטע פאר שעה. קיין גיכער גרונם בין איך ניט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 9:26 pm
דורך מאטי
שלום געוואלדיג!
פשוט wow!!!
יאיר, פאעזיע אויבערהאנטירט (א ווערב?) גראמאטישע כללים.