בלאט 1 פון 2

פשוט'ע ענגלישע ווערטער וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:55 pm
דורך ירחמיאל הויטשינדער
באמת האב איך געוואלט שרייבן "אויבעפלעכליכע" נאר ס'האט נישט אריינגעפיט אינעם קעפל. און מיט "אויבערפלעכליך" מיין איך צו זאגן אז דער באדייט פונעם ווארט איז א זאך וואס איז עפעס פונעם טאג טעגליכן לעבן נאר געמיינט אז ס'נישטא א ווארט דערפאר אדער אז ס'איז דא א אפיציעלער ווארט דערפאר. נישט אז ס'איז א פשוטע ווארט vs א פענסי ווארט פארן זעלבן באדייט. איך ליין אסאך אין ענגליש און איך ווער ערשטוינט זי אנצוקלאפן יעדן טאג כמעט אין נייע ווערטער וואס כ'האב נישט געוויסט עקזיסטירן און ס'איז ווערט אראפצושרייבן און קאמענטירן.

דאס לעצטע וואס איך האב זיך געלערנט איז SELFIE, פאר ווער ס'האט נישט מיטגעהאלטן איז געווען אין די נייעס אז אבאמא האט גענומען א בילד פון זיך צוזאמען מיט נאך צוויי וועלט פירער. און די מידיע איז אוי געווען מיט דעם "סעלפי". ס'איז זיכער א נייע ווארט ווייל גוגל אליינס אנערקענט עס נאך נישט, ס'ווייזט מיר אן דא אז איך זאל עס פארעכטן ווייל אזא ווארט איז נישטא... שוין בקיצור, סעלפי מיינט ווען איינער נעמט פון זיך אליינס א בילד.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:51 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 7:02 pm
דורך ירחמיאל הויטשינדער
apocryphal, ווערט ארויסגעזאגט אפאקרעפול, ס'מיינט well-known but probably not true

אין א זאץ: an apocryphal story about the president's childhood

ווי געשריבן אין הקדמה, האב איך זיך אויך יעצט אנגעטראפן אין דעם נייע ווארט און נישט געוויסט וואס איר באדייט איז. איך גלייך עס אראפצושרייבן צו געדענקען (און אויך פאר אנדערע וואס זענען מעגליך אינטערעסירט)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:13 pm
דורך פידלער
scripturient: having a violent desire to write

דאס איז א ווארט וואס איך האב מיך היינט אויסגעלערנט. נישט זיכער אז ס'גייט אריין אין די קאטעגאריע פון "פשוט", אבער ס'איז זיכער א ווארט מיט וואס אסאך דא אין ק"ש וועלן זיך אידענטעפירן.

אפשר באלאנגט עס אויך דא? viewtopic.php?f=4&t=5502

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:35 pm
דורך הערשי
פידלער האט געשריבן:scripturient: having a violent desire to write

דאס איז א ווארט וואס איך האב מיך היינט אויסגעלערנט. נישט זיכער אז ס'גייט אריין אין די קאטעגאריע פון "פשוט", אבער ס'איז זיכער א ווארט מיט וואס אסאך דא אין ק"ש וועלן זיך אידענטעפירן.

אפשר באלאנגט עס אויך דא? viewtopic.php?f=4&t=5502

יישר כח.
שטארק זעלטן ווארט. א גרויסער ווערטערבוך האט ניטאמאל אזא איינגאבע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:37 pm
דורך פידלער
הערשי האט געשריבן:

איך ווייס. ס'איז געמאכט פאר די "הערשיס" פון די וועלט. :)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:38 pm
דורך הילל
א דאנק פידלער פאר'ן זיין דער גוטער שליח.
וועלנדיג זען וויאזוי מען ניצט דעם פרישן ווארט Scripturient, האב איך באגעגנט א פראיעקט וואס מאלט אראפ אומגעווענליכע ווערטער אויף אן ארטיסטישן פארעם. איך ווער משוגע ווי משונה'דיג קונצליך יענער מאלט אראפ און ברענגט ארויס דעם באגריף פון די ווערטער אויף אן ארטיסטישן אופן. קוקט למשל דעם ווארט Scripturient:
33.jpg

איי, דער סוררעאליסטישער קונץ פון קונסט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
!Wow

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:49 pm
דורך ירחמיאל הויטשינדער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:!Wow

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:50 pm
דורך הילל
יעדעס בילד דארט איז א מעסטערפיעס פאר זיך, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון ברענגען דא נאך איינס וואס איז גוט צו געדענקען ביים שרייבן אויפ'ן אינטערנעט:
Recumbentibus - א זעץ וואס לייגט יענעם אוועק, מיט'ן האנט אדער מיט'ן מויל

55.jpg

און נאך איין ווארט וואס איז גאנץ וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן:
Ultracrepidarian - א מענטש וואס געט מיינונגען און עצות אויף זאכן וואס זענען אינדרויסן פון זיין ידיעה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:10 pm
דורך פידלער
[tag]הילל[/tag], you made my day! די ווארט ultracrepidarian איבערהויפט איז אזא מייסטערווארט, איך הער נישט אויף צו שמייכלען דערפון. און ווער רעדט נאך פון די קונסט! Gorgeous!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:34 pm
דורך הילל
יא, עס איז געוואלדיג! און איך וויל נישט זיין קיין "אלטרא-קריפידאריען", אבער איך מיין ווי מער מען קוקט אויף דעם בילד זעט מען נאך זאכן ואוס דער ארטיסט האט מעגליך געהאט בכוונה. טרעפ אונטן ביים גענאק, די פנים אויסדרוק פון א גאליבל טפשות'דיגע פארשוין, א קאפ מיט אן "אפענעם דאך", א קעסטלדיגע קאפ און לער אינעווייניג, און ער הייבט זיך ארויף הויך אבער שטייט למעשה כמעט בלויז אויף לופט און אויף צוויי דינע שטריק. פונקט ווי אויף א פאעמע, זעט מען יעדעס מאל פרישע חידושים דערין.

אגב, איך זע אז דער שורש פון דעם Ultra-crepidarian קומט פון פליני דעם זקן וועלכער האט דערציילט איבער א שוסטער וואס איז געקומען אנווייזן פאר א בארימטן ארטיסט א חסרון אין זיין מאלעריי. crepida מיינט די זויל פון א שיך. דאס זעלבע איז דער חכם וואס רעדט און געט עצות איבער זאכן וואס זענען נישט זיין פעלד.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:56 pm
דורך הערשי
פידלער האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:scripturient: having a violent desire to write

דאס איז א ווארט וואס איך האב מיך היינט אויסגעלערנט. נישט זיכער אז ס'גייט אריין אין די קאטעגאריע פון "פשוט", אבער ס'איז זיכער א ווארט מיט וואס אסאך דא אין ק"ש וועלן זיך אידענטעפירן.

אפשר באלאנגט עס אויך דא? viewtopic.php?f=4&t=5502

יישר כח.
שטארק זעלטן ווארט. א גרויסער ווערטערבוך האט ניטאמאל אזא איינגאבע

איך ווייס. ס'איז געמאכט פאר די "הערשיס" פון די וועלט. :)

איך פאררויטל זיך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:29 pm
דורך נהורא נפישא
איך קען גאנץ אן איינפאכער ענגליש, ס'איז דא א געוואלד ווערטער וואס ס'איז מיר קענטליך נאר איך האב קיינמאל נישט גענומען די מיה נאכצוקוקן זייער גענויער באדייט, נאר זעעהנדיג אז מ'האט געעפענט אן אשכול איבער ענגלישע ווערטער וואס מ'האט צום ערשט געהערט, איז דאך מיר משמע אז פאר אן עולם דא איז דאס א היפשער יקר המציאות, עפענעדיג א ווערטערבוך דערזעה איך זיך ווי ס'איז עכ"פ פאר מיר נישט אזוי זעלטן צו טרעפן הונדערטער ווערטער וואס איך האב קיינמאל געהערט, און זענען דוקא אזעלכע ווערטער וואס סאיז נישט קאטאגאריזירט אלס archaic אדער literary לאמיר געבן א שטיקל רשימה קמא קמא דמטי לידי.
Jettison
Compendious
Elision
Odium
Ignominious
Ablution
Abstemiousness
Loath
Autochthonous
Nugatory
Exculpatory
Abstemious
Crevice
Oaf
Hanker
Demilune
Crotchet
Crux
Cul-de-sac
Culprit
Cumbersome
Cursory
האט שוין דער עולם דא באגעגנט די ווערטער ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:52 pm
דורך הילל
קענסט דאך שוין פאר דעם געלט ברענגען א האלבן דיקשאנערי...
די ליסטע האט עטליכע ווערטער וואס זענען זייער באקאנט (ווי Cumbersome, און Crux, "די קראקס אף די מעטער", און Loath, און Culprit, און Cul-de-sac, וואס מען זעט אויף אסאך הייזער ליסטינגס).
אנדערע ווערטער דערקענען זיך נישט אזוי גרינג ווייל זיי זענען אין א מער אומגעווענליכן פארם, אבער זייער שורש איז גאנץ באקאנט (ווי Abstemiousness, וואס איז ענליך צו abstention, אדער Compendious וואס איז ווי compendium).
און דערשרעק דיך נישט, יעדער האט הונדערטער ווערטער וואס זיי האבן נאך קיינמאל געהערט, אפילו גרויסע פראפעסארן. די שאלה איז קודם וויפיל מ'קען פון די מינימום וואקאבולערי וואס פעלט זיך אויס מדי יום ביומו, נאכדעם קען מען זוכן זיך אויסצולערנען די שווערערע ווערטער וואס ווערן נישט אזוי אפט באנוצט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 4:45 pm
דורך אפטעמיסט
ליינענדיג דעם "פארבס" מאגאזין די וואך שב"ק האב איך מיר אנגעשטויסן אין א נייע ווארט, וואס כ'האב ביז היינט נישט געזעהן אדער געהערט: frenemy, איינער וואס שטעלט זיך אהער אלס פריינד אבער איז אין אמת'ן א פיינט.
איז עס אן אומבאקאנטע ווארט, (איך זעה אז ס'קומט אפילו נישט ארויף אויף מיין ספעל טשעק) אדער איך בין סתם נישט באהאווענט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 5:06 pm
דורך פישלע העררינג
אפטעמיסט האט געשריבן:ליינענדיג דעם "פארבס" מאגאזין די וואך שב"ק

דאס דארף מען לאזן פאר די חכמי השטיבל, די תלמידי חכמים, מברר צו זיין אויב Forbes - א ביזנעס מאגאזין - מעג געליינט ווערן שבת קודש. :?:

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:04 pm
דורך געפילטע פיש
אפטעמיסט האט געשריבן:ליינענדיג דעם "פארבס" מאגאזין די וואך שב"ק האב איך מיר אנגעשטויסן אין א נייע ווארט, וואס כ'האב ביז היינט נישט געזעהן אדער געהערט: frenemy, איינער וואס שטעלט זיך אהער אלס פריינד אבער איז אין אמת'ן א פיינט.
איז עס אן אומבאקאנטע ווארט, (איך זעה אז ס'קומט אפילו נישט ארויף אויף מיין ספעל טשעק) אדער איך בין סתם נישט באהאווענט?

בכלל נישט אומבאקאנט, און דאס אז דיין ספעל טשעק האט עס נישט מיינט נישט גארנישט. כ'האב מיך שוין אסאך מאל אנגעשטויסן אין ווערטער וואס דער ספעל טשעק האט נישט איז זיין זאפאס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 7:35 pm
דורך איך אויך
מיר אויך נישט באקאנט אבער רעבעצין וועבסטר זאגט אז די ווארט איז אויפגעמאכט געווארן תשל"ז ,בינעך פון די וואס היטן די אלטע מסורה ואין לנו עסק בחדשות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:12 pm
דורך ירחמיאל הויטשינדער
juxtaposed

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:24 am
דורך Atgan
היינט האב איך מיר אויסגעלערנט וואס מיינט Epiphany

סמיינט א ידיעה, אן אויפדעקונג, וועלכע שטעלט קלאר אסאך אומקלארע פרטים וואס זענען ביי דיר געווען ביז יעצט.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 5:04 pm
דורך ליפא
Bailiffs.

צוויי זענען פריער געשאסן געווארן