בלאט 1 פון 7

אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:57 pm
דורך שת.אדמזאהן
[justify]בס"ד
קודם אן הארציגן מזל טוב צום חתונה בחצר פאפא היינט נאכט. עס זעהט אויס ווי נעכטען ווען דער היינטיגער מחותן, דעם רבי'נס איידעם, הרב מיכל דייטש האט חתונה געהאט. איך דענק נאך דאס פרישע ווינט וואס ר' מיכל האט אריינגעברענגט אין פאפא, זייענדיג א באטעמ'טע אינגערמאן, און א ווארימע זאגער, אנ"ש האבן זיך מחיה געווען מיט זיינע דרשות, און דער עולם האט באמת הנאה געהאט, היינט צו טאגס פירט ער זיין אייגן קהילה אין מאנסי בס"ד. יא, די יארן לויפן, ר' מיכל מאכט חתונה.
איך מוז אייך אבער זאגן, אז כ'בין אנטלאפן פון די חתונה תיכף נאך די חופה, אהיימגעקומען בין איך כדי צו שרייבן די פאר שורות איידער איך בארוהיג זיך. - עס איז דא אסאך ענינים צו רעדן, אבער אז איך שרייב ברבים בין איך נאר בארעכטיגט צו שרייבן איבער דעם עולה גדולה וואס איר זעלבס טוט ברבים. שטייענדיג ביים חופה האב איך ממש געשפירט ווי איך בין א שותף לדבר עבירה, איך נעם אטייל אין די עגמת נפש וואס אומשולדיגע וויליאמסבורגע איינוואוינער מאכן מיט צוליב דעם שמחה. איך פראביר צו טרעפן א לימוד זכות, עס גייט אבער נישט. ווען די רבי שליט"א האט חתונה געמאכט זיינע קינדער, נו, איינמאל אין צוויי יאר, דאס גייט נאך. אבער דער גוטע באשעפער האט באשאנקען דעם רבין שליט"א מיט בנים וב"ב בליעה"ר, איז דאס דער פלאן מכאן ולהבא? יעדע צוויי חדשים אפשפארן די הויפט גאס אין ווילימאסבורג? - איר זענט דאך אוודאי מודה אז בעדפארד איז מער חשוב ווי פענן סטריט, והראיה, די חופה ווערט נישט דארט אפגעראכטן. אזוי אויך, די קלענערע לוויות ל"ע זענען אויף פענן וכו'.
וואו זענען אונזערע איידעלע מדות, מיט וואס מיר שטאלצירן זיך איבער אונזערע שכנים? וואו איז די מינימאלע געפיל פון זיך רעכענען מיט אנדערע? אז א איד קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, בעדפאורד איז פארמאכט, און ער דארף אנקומען צו זיין דירה אויף היוז צווישען בעדפאורד און לי, וויפיל פון זיין צייט גייט לאיבוד? ער דארף ארומפארן די גרענעצן פון שטאט, כמעט דארט ווי די עירוב-שטריק ווערט געזוכט, און די שוין אזוי אנגעלייגטע גאסען מיט נערוועזע דרייווערס אין א שווערע וועטער - וואס זענען די תוצאות? ער קומט אהיים אנגעצויגען, זיין נאכט שיעור וועט ער שוין נישט מאכן באצייטענטס וכו' וכו' - און דאס אלץ... פארוואס? למען ישמעו ויראו ולמען דעת כל עמי הארץ כי שם פאפא נקרא עלינו?! נאכמער, וואס טוה איך ווען דער איד איז גאר מיין שכן און ער קומט אהיים פונקט ווען איך גיי צום קבלת פנים מיטן שטריימעל בעקיטשע, און זיין גאנצע, און גערעכטיגע, כעס גיבט ער אויס אויף מיר, וואס דארף איך ענטפערן? אז די רבי זכרונו לברכה איז געווען די מרא דאתרא דא? אז רוב תושבי העיר זענען זיך משתתף ביים חופה, און מ'גייט נאך רוב?
אויף וואס ווארט איר? אז איינער - און ס'פעלט נאר אויס איינער - זאל פארציילן וואס גייט פאר, פאר די גוישע פרעסע און מאכן א חילול השם? אדער גאר אריינפירן דעם סוגיא אין געריכט? למה?
מיין שאלה איז פאר אייך ראשי קהילתינו הק', היינטיגע צייטען, ווען קהילות און חצרות קומען שוין ב"ה צוביסלווייז צום שכל, און מען זעהט איין אז מיט פאלטשע שופרות און חצוצרות קומט מען נישט אן אין ערגעץ, די מענטשהייט עקלט זיך שוין פון די אויפגעבלאזענע שקרים וכזבים, א טראפקעלע אמת כאפט א גרעסערע עולם (והיינו טעמא למה מתרבים ספסלי דבי מדרשא דכמה מגידי זמנינו, חסרי שלשלת וכו'), עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט די נערישקייטן.

דער אמת איז אז יענעמ'ס צער וואלט איך נאך אראפגעשליגען אבער דאס פארדרייען די זמנים אין חדר איז באמת אן הימל געשריי, עס איז דאך ממש א געלט שאדן! מאמעס לויפן אוועק פון די ארבעט מיט א שעה צוויי פריער, און קומען שפעט מארגן מיט א שעה צוויי, פארוואס? ווייל די קינדער זענען געגאנגען שלאפן שפעטער מיט א שעה?! און דאס גייט זיין די סדר היום, יעדע צוויי חדשים?!

איך בעהט אייך, רעכענט אייך מיט א צווייטן, און סוף הכבוד לבוא.[/justify]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:03 pm
דורך קאווע טרינקער
מממממ....
ווען איינער קען ווען ארויפלייגן דא די וואצ-עפפ קליפס וואס פארן ארום לכבוד דעם חופה, וואלט שת'לע זיך באהאלטן אין א מייזן לאך ביז ענדע שבע-ברכות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:07 pm
דורך משה געציל
איך האב געפלאנט צו גיין, יעצט קענען זיי פארגעסן פון מיר. איך גיי נישט און ערגעץ. נאכאמזל איך האב אריינגעבליקט אין שטיבל בשעת'ן אנטוהן מיינע קאלאטשעקס.
#כולנו בעד פענן סטריט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:10 pm
דורך מורינו הרב
איינער זאגט מיר אז דער גור'ער און ויז'ניצער האבן צוריקגעצויגן פון זייער באזוך אין אמערקא. דא איז דא פאפער רב און ער וועט שוין מאכן א גוטע דזשאב... מען דארף אים נישט העלפן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:15 pm
דורך berlbalaguleh
שת אדמזאהן: שפתיים ישק: כ'עלל דיר פארציילן א סוד פאר גאנץ בראד. איך בין אויכעט א שטיקל פאפא'ער תלמיד. און די פאלטשע כבוד זאכן וואס גייען פאר היינט קרענקט מיך עד דכדוכה של נפש. די סיבה פאר דעים איז זייער פשוט. ס'איז דא עטליכע אזויגערופענע רעדל-פיהרערס וואס רעדן זיך איין אז אזעלכע שוואנצאנישע התנהגות וועט מרבה זיין כבוד בית פאפא, ווען זיי זענען פוסעים על ראשי עם קודש. טירחא דציבורא איז ביי זיי גארנישט. איך רעד שוין נישט פון דעם אנטיסעמיטיזם און בייז בלוט ביי די גויים וואס דאס אפ-געשפארעץ איז גורם. דאס גרעניצט זיך מיט התגרות באומות. און מ'איז עובר אויף יעקב אבינו'ס באפעל פון "למה תתראו". ס'וואלט גארנישט געשעען ווען מ'שפארט אפ פענן סטרי ביי די זייט פון ביהמ"ד און מ'מאכט דארט די חופה ברוב פאר והדר, אנשטאט אזא ביזי גאס און הויפט דורכפאהר ווי בעדפארד עוו. לאמיר מתפלל זיין אז ס'וועט שוין קומען די צייט פון "וילמדו תועים בינה. :roll: :oops: :x

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:22 pm
דורך מורינו הרב
וואס איז דאס קריטיקיראכטס דא? - גייטס אריין צום רב, דערציילט אים וואס עס קומט פאר און זאל ער מאכן סדר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:23 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גערעכט גערעכט,
ב"ה ביי אונז אין בארא פארק מיין איך איז אסאך בעסער דער פרט פון פארמאכן גאסן יעדער מאל א רבי האט א געבורטס טאג,
פאר א חודש צירוק בין איך אדורך עטרת גאלדא, עפעס א באבובער חופה האט זיך דארט אפגעטוען אין נישט 50 אין נישט 14 איז געווען אפגעשפארט, די גאנצע עולם איז געשטאנען אויפן סייד-וואלק, (גראדע אוי געזעהן גאנץ א גרויס עולם)
אז מרעדט שוין דארף איך צולייגן אז ווען די מוקאטשער מאכט חתונה פארמאכט ער יא 14 עוו. שוין אפאר שעה פאר די חופה, (בד"וו די פידלען הענגן נאך) אבער ער מאכט נישט חתונה צו אפט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:25 pm
דורך קאווע טרינקער
אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

ספעציעל בעדפארד. ווייל דאס איז די איינציגע גאס וואס פיהרט צו אנדערע געגנטער אויך. דעם חורבן וואס דאס מאכט אן שפירט מען אין די אנדערע געגנטער. נישט נאר אין וויליאמסבורג. :roll: :oops:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:37 pm
דורך שטילע אינגערמאן
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

ספעציעל בעדפארד. ווייל דאס איז די איינציגע גאס וואס פיהרט צו אנדערע געגנטער אויך. דעם חורבן וואס דאס מאכט אן שפירט מען אין די אנדערע געגנטער. נישט נאר אין וויליאמסבורג. :roll: :oops:

איז דא אמאל וואס די נוצט נישט די סמיייליז? כמיין ווי קומט עס יעצט אריין? :D ;)
אבער די זאגסט גוט אייביג עני-וועי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בארא פארק קענסטו אייביג נעמען די נעקסטע גאס, אין וויליאמסבורג איז א חורבן.

ספעציעל בעדפארד. ווייל דאס איז די איינציגע גאס וואס פיהרט צו אנדערע געגנטער אויך. דעם חורבן וואס דאס מאכט אן שפירט מען אין די אנדערע געגנטער. נישט נאר אין וויליאמסבורג. :roll: :oops:

איז דא אמאל וואס די נוצט נישט די סמיייליז? כמיין ווי קומט עס יעצט אריין? :D ;)
אבער די זאגסט גוט אייביג עני-וועי

קודם א יישר כח פאר דיין מיינונג איבער מיין זאגעכץ. איך ענטפער טאקע ווי א גולם. על ראשון אחרון ועל אחרון ראשון. ניין כמעט נישט. אבער אויב דו וועסט באמערקן זענען די סמייליס אייביג לפי הענין. דאס איז נאך א וועיג פון אויסדרוקן דעם תוכן פונ'ם מאמר. אויב ס'איז דא א הומאריסטישע נקודה וועט דער סמיילינג סמיילי זיין קופץ בראש. און אויב ס'איז דא אויף וואס זיך צו רעיגן וועט דער גערעעגטער (דאגי-פעיס( זיין דער עומד בראש. :lol: :roll: :o

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
זייער גוט געזאגט שת. פאפא האט מזל אז א אייגענער האט געשריבן , ווייל אז די שרייבסט ווען נישט וואלט איך געשריבען אסאך ווילדער אויף די משוגענע חוצפה. יעדע פאפא חתונה קאסט מיך
מינימם א עקסטערע האלבע שעה!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:19 pm
דורך דער (פינטעל) איד
...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:48 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
רבותי איצט קומט פאר די "גרויסער חתונה" אין פאפ'ער שול
דער עולם טאנצנט, די "כוס של שמחה" איז פול.

דאס אז די גאס איז געוועהן בלאקירט
מיר זענען אינגאנצן נישט שאקירט.

נישט געהערט? היינט איז די חתונה פון רבי'נס אייניקל
קענסט נישט? זיי מוחל פאר ארום די גאס מאך דעם גרויסער עיקול.

בעדפארד מאכט חתונה היינט נאכט
מוזט פארשטיין גאנץ פאפא מוז זיין פארמאכט.

עס שטערט דיך, האסט א פראבלעם
מיר האבן געהערט פון דעם.

מארגען נאך די גרויסע שמחה און טענץ
וועלן מיר זיך צוזאם זעצן אלע פאפא שווענץ.

אוך די ראשי הקהילה וועלן דארט זיצן, די מיטינג באצירן
מען וועט דארט נעמען החלטות, אלעס וועט מען רעזאלטירן.

ווייל מאכן אנדערש, די גאנצע זאך מען קען
ס'איז דא א גרויסע מעגליכקייט, קומענ'דיגע מאהל וועט מען פארשפארן רחוב פען.

אזוי וועט זיכער גאנץ וויליאמסבורג קענען נארמאל "אויף רעדער פארן"
און דאס גאנצע טירחא וועט מען זיך אויך פארשפארן.

ובכן דעמאלט'ס, "לשמחת בית פאפא כולנו"
שישו ושימחו בשמחת רבינו מפאפא, ברוך שהחיינו!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:50 pm
דורך נאה דורש
איך האב מיר אריינגעסיינט נאר דעס צו קענען שרייבן. סהאט מיר געקאסט היינט מינומום אן עקסטרע שעה. איך האב מיר אזוי גערעגט חדשים בין איך שוין נישט אזוי נערוועז געווען ביים דרייוון איך האב זיי ממש געוואלט צופליקן די פערדן. מיין קאפ ברעכט צו מיר צו פארשטיין פארוואס זיי גייען נישט אויף פען. איך טראכט נאר וואס איך קען טוען?

איך האב און מיין קאפ א טוץ קללות אויף זיי וואס איך האלט מיר פשוט איין פון שרייבן. פאפאפאפאפאפא. פיצט אפ פון בעדפארד לאזט צורי עטס גייטס אויף מיינע און אויף טויזנטער אנדערע מענטשןס געהירן. קריכטס אראפ פון די נערווען סאיז ממש אומדערטעגליך די פאפא האבן טאקע אזוינע תם קעפ צו פארשטיין וויפיל טויזנטער מענטשן זיי מאכן שאדן ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:25 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך טראכט אפשר אזא עצה. יעדער איינער וואס ווערט נערווירט און פערזענליך אפעקטעט פון פאפא'ס בלאקירונג זאל ווען ער קומט ענדליך אן אהיים זיך אנטון שטריימעל בעקישטע און אריבערלויפן צו די פאפא חתונה ווי אחד המחותנים און זיך נעמען א זיץ ווי אחד החסידים זיך נישט אוועקריקן! און עסן א סעודה גדולה כיד המיילעך. אוון אהיימגיין שמח וטוב לב כאטש א גוטע נאכטמאל געהאט.

אויב וועט איינער שרייען הייבט דיך אויף ביזט נישט א פאפאנע'ר זאלסטע זאגן וואס? איך בין נישט א חסיד? א גאנצע שעה האב איך היינט אוועקגעגעבן פאר דיין רבין!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:40 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך טראכט אפשר אזא עצה. יעדער איינער וואס ווערט נערווירט און פערזענליך אפעקטעט פון פאפא'ס בלאקירונג זאל ווען ער קומט ענדליך אן אהיים זיך אנטון שטריימעל בעקישטע און אריבערלויפן צו די פאפא חתונה ווי אחד המחותנים און זיך נעמען א זיץ ווי אחד החסידים זיך נישט אוועקריקן! און עסן א סעודה גדולה כיד המיילעך. אוון אהיימגיין שמח וטוב לב כאטש א גוטע נאכטמאל געהאט.

אויב וועט איינער שרייען הייבט דיך אויף ביזט נישט א פאפאנע'ר זאלסטע זאגן וואס? איך בין נישט א חסיד? א גאנצע שעה האב איך היינט אוועקגעגעבן פאר דיין רבין!


ביזט אינגאנצען צודרייט?
נאכ'ן זיך אנפרעסן פון דעם פאפא כיד המיילעך סעודה, העט מיר נאך אפווארטן שבע ברכות אינדערהיים, די ווייב (אנטשודיגט די שטוב) וועט מאכן קולות וברקים, נאכ'ן איבערלאזן די גאנצע סאפיר וואס זי האט געקאכט.

איך העט מיך אנגעגעסען אינדערהיים, דערנאך געגאנגען "עפעס איבערלאזן" אין פאפא. וד"ל :D

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 2:41 pm
דורך berlbalaguleh
בערל. דו ביסט נישט נאר א פרוכט-בייסער!!! :lol: :roll: :lol: ליהודים, ליהודים.... :lol:
אנטשולדיגט: ס'באלאנגט אין אן אנדערן אשכול :roll:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 4:12 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
berlbalaguleh האט געשריבן:בערל. דו ביסט נישט נאר א פרוכט-בייסער!!! :lol: :roll: :lol: ליהודים, ליהודים.... :lol:
אנטשולדיגט: ס'באלאנגט אין אן אנדערן אשכול :roll:


איך האב זייער אשוואכער קאפף זיי זיך גוט מסביר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:03 pm
דורך גנדי
ווי איז בעני פאללאטשעק ווען מען דארף אים האבן צו שרייבען אפענע בריווען?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:55 pm
דורך shem-tov
מונקאטש האט טאקע א פראבלעם ווייל אפצושפארן די 48 גאס איז כמעט פונקט אזוי שלעכט ווי 14טע עוו. אפשר מאכט ער עס ביי די וי סוכה פלאץ. אדער אפשר פארט מען אויף א נסיעה קיין מונקאטש אזוי שפארט מען זיך אלע פראבלעמן. מען דארף נישט שפארן קיין גאסן און מען ברויך זיך נישט שעמען מיט א קליינער עולם. איי עם דשאסט טרייינג טו העלפ...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
shem-tov האט געשריבן:אפשר מאכט ער עס ביי די וי סוכה פלאץ.


brilliant
פארוואס טאקע נישט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 4:10 pm
דורך היסטאריקער
סאטמאר מהרז״ל שפארט אויך בעדפארד ביי יעדע חתונה, מאי אולמי׳ האי מהאי?