אדום זו רומי - א היינטצייטיגע פערספעקטיוו
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:02 pm
עשו'ס פארבינדונג מיט רויט איז דאך וואויל באקאנט, ארויס איז ער לאור עולם א דזשינזשי נאכן גורם זיין א שווערע חבלי לידה צו די באבע רבקה שפעטערע יארן איז ער איין נאכט צוריקגעקומן פון זיין חיות געיעג א פארמאטערטער נאכן בועל זיין א נערה המאורסה מיט כל עבירות שבתורה האט זיך אים דוקא פארגלוסט אויף וועטשערע יעקב'ס נארוואס געקאכטע רויטע לינדזן זופ וואס ער האט מסתמא צוגעשטעלט פאר מלוה דמלכא, שפעטער האט ער זיך באזעצט אינעם לאנד וואס ער האט גערופן אדום וואס געפינט זיך אינעם רויטן מדבר ערגעצוואו אין די אראבישער האלבער-אינזעל
חז"ל כידוע פארבינדן אדום מיט רוים, די אבן עזרא איז נישט צופרידן, אבער ביי מיר איז דוקא בולט די פארבינדונג פון נצרות צו אדום וואס באדייט רויט, אט הערט:
דאס פאלק הויבט שוין אן מאכן די הכנות ליום אידם, אלע געשעפטן זענען שוין באצירט מיט כל-ערליי נוי סוכה, ביי די אריינגענג ווערט מען באגריסט פון אן אלטן שמייכעלדיגען זקן אשמאי, וואס מיט זיין שניי ציכטיג בארד מאכט ער אויסזען זיין רויטן אנצוג רויטער ווי רויט, זיין געפילטע בייכל איינגעגארטעלט און צו די האנט א רויטע שטעקן, ס'גייט א שיחת ילדים פון מויל צו אויער אז אט דער סאנטע הקדוש פארטיילט מעדנים פאר ווער ס'פאלגט נאר וואס טאטע און מאמע הייסן, מ'קומט אריין אין געשעפט ווערט מען ענטפאנגן מיט אן אויסלייג פון טשאטשקעלעך, עבודה זרה'לעך, אזוינס וואס אינזער זיידע אברהם האט צופיצלט אינעם טאטענס געשעפט, און דאס אלס צו ערמעגליכן דאס מקיים זיין די מצות החג בכל פרטיה ודקדוקיה, מ'קען זיך איינהאנדלן אלע סארט ביימעלעך מיט א קנאפ אדער אן א קנאפ, מיט א חוטם אדער אן א חוטם, יעדער כמנהגו וואס ער האט געזען בבית אבותיו, און אינעם גייסט פונעם סעזאן זענען פארשטייט זיך די פרייזן שטארק רעדוצירט.
מערק איין זאך דאס מערסט בולט'דיג קאליר איז רויט, ממש ווי זיך פאר'כשופ'ט דערין וואס שטעקט אינטער דעם ?
נאר אין אמת'ן גייט דאס צוריק אביסל פריער בעת מ'האט יעזוס'ן אינטערגעפירט ווי א חתן,לצליבה, אויך די געשלענגלטע וועגן אויפן הר המשחה, און אים דערביי מכבד געווען ווי די רוימישער שטייגער ער זאל מוחל זיין זיך אליין שלעפן דעם פארהאקטן הילצערנעם שתי וערב, געגאנגן איז ער אין באגלייטונג מיט זיין גאנצע פמליא דיליה מיט זיינע משיחיסטישע שליחים ובראשם דער באקאנטער שאולי, זאגן זאגט מען אז ער האט גאנץ פיין געלערנט און ישיבה, נאר זיך אלץ געדרייט מיט פייגעלעך אין קאפ, וועלן זיך צוטשעפן צו עפעס א באוועגונג, מיט זיי גייט אויך די מוטער האשה מרת מרים מגדלנא, מ'האט יעזוסן פארקלאפט אויפן קרייץ, און דאס פארשטעקט אין די קרקע בתולה צום גרויס הילפלאזע הימל שרייענדיגע ווייטאג פון די סימפאטישע צושויער, בלוט צורינט זיך פון אלע זייטן מכף רגל ועד ראש, דערביי שרייענדיג גאט גאט פארוואס האסטו מיר פארלאזט, דמים בדמעות נגעו, געמישט טרערן אין בלוט, טרערן פון אמת'ע ליידן ווי אויך פון שמחה של מצוה, ווארום לויט די קריסטליכע טיעלאגיע האט דאך דער מחוסר כפרה זיך מקריב געווען כעולה וכקרבן אבער בתנאי כפול ומכופל גלייבן גלייבן און נאכאמאל גלייבן, האבן אמונה פשוטה אז עיצומו של יוזל איז מכפר בין עשה תשובה בין לא עשה תשובה.
די סצענע איז א בלוטיגע, אבער דער בלוט עלעמענט ווערט גאר באטראכט א גינסטיגע, א נאכט בעפאר האט יעזוס אפגעראכטן דעם סדר ווען צו די זייט זיצן זיינע תלמידים הקרויים בנים, יעזוס זאגט א דבר תורה בדרך רמז ער דעקט אויף די מצה אינטער די קערה און ווייזט אן מצה זו שאנו אוכלים על שום מה, דאס איז א רמז אויף די פלייש זיינע, ווידער די ד' כוסות זענען א רמז צו דאס בלוט זיינע ווארום מחר יהיה האות הזה וואס די פלייש און בלוט גייט ער זיך מקריב און מיט דעם וועט זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם, אלזא איז א וואונדער וואס זיי זענען אזוי פאר'כשופ'ט אין רויט (לויט עפעס א מוסלומענער פוסק איז די רויטע טאמאטע א נוצרישע ירק און דערפאר איז ער פגול היא לא ירצה)
די היסטאריע פון נצרות איז פארשמירט מיט בלוט די אייראפעאישער ערד איינגעזאפט מיט בלוט די טייכן פון דונא און רייהן געמישט מיטן רויטן פליסיגקייט
אפילו די זון איז רויטער אין אייראפע ווארום דארט געפינט זיך דער פתחו של גיהנם
הפנים די הייליגע רומישע אימפעריע, די אייראפעאישער קאנטינענט, די מערב וועלט, ווערט אין מיין געדאנק אסאצעאירט און טוט סימבאליזירן מיט איר היסטאריע רויט.
אדום זו רומי.