בלאט 1 פון 1
רבותי: נעמטס א טייל אין אויסראטן מיטער טיקעטס ביי כלל ישראל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:06 pm
דורך אליצפן
איך האב מיך לעצטנס פארגענומען צו טון א זאך, וואס אויב וועט דאס יעדער אנהייבן טון, וועט מען פארשפארן מיליאנען דאלארן מיט פיל עגמ''נ פאר אחינו בנ''י.
ווען איך זעה א פאליציי געט א טיקעט פאר א קאר וואס האט נישט קיין מיטער צעטל, קויף איך גלייך אזא צעטל אינעם נענסטן מאשין וואס איך זעה, און איך שטעל עס אוועק צוזאמען מיטן טיקעט אויפן ווינדשילד. כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.
עס קאסט סך הכל א קוואדער, און עס איז דער גרעסטע מדריגה אין חסד, א ריכטיגער חסד של אמת, ווייל רוב מאל וועט דער געהאלפענע קיינמאל נישט זען אדער וויסן ווער ס'האט אים געהאלפן. און אין איינוועגס פיל איך אז דאס איז מיין פערזענליכע נקמה אין די רשעות'דיגע סיטי וואס האט שוין פארשאפט אזויפיל צער, עגמת נפש און הפסד ממונות פאר מענטשן, וגם אני בתוכם.
אלזא טייערע ידידים, נעמטס א טייל אינעם גרויסן מצוה, און האפענטליך וועלן מיטער טיקעטס בקרוב זיין א זאך פונעם פארגאנגענהייט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:04 pm
דורך שפתים ישק
... און קוואדערס נעמסטו פון דער פושקע?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:32 pm
דורך נולד מאוחר
אליצפון, די פירסט אן אויטא? ווי פלאנסטו צי פארקן ווען די גייסט שאפינג אויף דרייצענטי עוו?
קיינער וועט נישט ריקען די קארס ווייל מווייסט אליצפוןס וועט שוין אריינווארפן א קוואדער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:53 pm
דורך אליצפן
נולד מאוחר האט געשריבן:אליצפון, די פירסט אן אויטא? ווי פלאנסטו צי פארקן ווען די גייסט שאפינג אויף דרייצענטי עוו?
קיינער וועט נישט ריקען די קארס ווייל מווייסט אליצפוןס וועט שוין אריינווארפן א קוואדער.
דער גאנצער מעשה איז נאר גוט אויף בדיעבד אויב מ'פארגעסט צו קויפן אדער ס'לויפט אויס וכדו', לכתחילה קען מען זיך דאך נישט פארלאזן אז פונקט וועט א בעל חסד אדער א ק''ש ליינער באמערקן די טיקעט תוך די פינף מינוט.
און בכלל ר' נולד, זענט איר לעצטנס געווען אויף דרייצן שאפינג? מיר זעט נישט אויס אז מיטערס טוט צופיל אויף פאר פארקינג. איך לאז ענדערש מיין קאר אינדערהיים, און כ'רוף א קאר סערוויס, אדער גייט מען צופיס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:56 pm
דורך אליצפן
שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM! 
ס'טיז א טו וועי סטריט, כ'דארף נישט מער ווי איין מאל זאל מיך איינער ראטעווען פון א טיקעט דורך דעם, און כ'וועל האבן גענוג קוואדערס צו לייגן פאר זעקס חדשים.
און בכלל קומט מיר נישט אויס אסאך עס צו טון. נישט מער ווי עטליכער מאל א וואך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:17 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:26 pm
דורך אליצפן
מיין עצה איז פיל פשוט'ער. זעהסט א טיקעט? לויף קויף א צעטל לייג עס אויפן ווינדשילד, און געגאנגען ווייטער.
נישט קיין קיין גמח'ים, קיין געשעפטן, ווי אויך איז נישטא קיין באשמוצענדע ניו יארק פאסט ארטיקל דערוועגן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
אליצפן האט געשריבן:שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM! 
ס'טיז א טו וועי סטריט, כ'דארף נישט מער ווי איין מאל זאל מיך איינער ראטעווען פון א טיקעט דורך דעם, און כ'וועל האבן גענוג קוואדערס צו לייגן פאר זעקס חדשים.
און בכלל קומט מיר נישט אויס אסאך עס צו טון. נישט מער ווי עטליכער מאל א וואך.
ייש"כ. אליצפן: איז ווען איך זעה א איד מיט א הדרת פנים און א טורבאן (א קלייד אויכעט?) וועל איך וויסן אז ס'איז אדער הרב אמנון יצחק. אדער הרב אליצפן פון קאווע שטיבל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:29 pm
דורך אליצפן
יא יא, קענסט מיך טרעפן יעדן טאג אויף דרייצן, אריינלייגן קוואדערס, און צעטלעך אויף קארס..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
אליצפן האט געשריבן:יא יא, קענסט מיך טרעפן יעדן טאג אויף דרייצן, אריינלייגן קוואדערס, און צעטלעך אויף קארס..

גוט, א ייש"כ. ערנסט גערעדט. תזכה למצוות. ווייל איך ווייס דעם פילינג ווען מ' באקומט א טיקעט פון די ציגיינערס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:33 am
דורך איחוד פעלד
כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.
עס געשעהט נישט אוטימאטיש, מען דארף נאך אלץ אריין שיקען וכו'.
און פארגעס נישט, טוה עס נאר צו דער אדעסי, ווייל אויב נישט איז א חשש פין מהנה זיין א גוי.......
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:56 am
דורך גאלד
איך מיין ס'נישט לעגאל צו פיטערן די מיטער פון א צווייטנס קאר,
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:02 am
דורך גאלד
געטראפן, ס'אויסדריקלעך אומלעגאלן צו פיטערן א צווייטענס קאר'ס מיטער, פארוואס? ליינט:
1. the meter is intended to provide a limit to how long you can park there; feeding someone else's meter defeats the purpose of letting the meter run out to indicate overtime parking;
2. expired meters result in fines that are much higher than the ordinary parking fees; preventing the meter from expiring is an attempt to thwart law (code) enforcement's "official business";
3. the meter with money in it is an indication of a contract with the driver who parked there; a third party feeding the meter is interfering with the contract, creating third-party liability.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:18 am
דורך טעפל
זייער שיין אליצפן, אזוי ווי דו זאגסט ריכטיגע חסד של אמת, אונז אלץ קינדער פלעגען אריינשטיפען צעטלעך כדי צוצוברעכן דעם מיטער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:20 am
דורך אליצפן
איחוד פעלד האט געשריבן: כידוע אויב האט מען א צעטל וואס איז געקויפט געווארן אין דער פינף מינוט פון די צייט אויפן טיקעט, ווערט דער טיקעט אוטאמאטיש דיסמיסט.
עס געשעהט נישט אוטימאטיש, מען דארף נאך אלץ אריין שיקען וכו'.
און פארגעס נישט, טוה עס נאר צו דער אדעסי, ווייל אויב נישט איז א חשש פין מהנה זיין א גוי.......
מ'נעמט דער טיקעט צוזאמען מיטן צעטל, און אויפן פלאץ ווארפט מען עס אריין אינעם נענסטן פאסט קעסטל וזהו.
איך האב נישט אזוי מורא צו מהנה זיין א גוי..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:27 am
דורך אליצפן
גאלד האט געשריבן:איך מיין ס'נישט לעגאל צו פיטערן די מיטער פון א צווייטנס קאר,
אזוי ס'נישט לעגאל? יעצט וועל איך עס הערשט אנהייבן צו טון ביתר שאת וביתר עוז! איך האב עפעס א אוסטערלישער געשמאק צו טון זאכן וואס זענען אומלעגאל..
ולגוף הענין דארף מען נישט מורא האבן, מ'קען אייביג טענה'ן אז דער דרייווער האט מיך געשיקט אריינלייגן דער קוואדער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 11:42 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד: איך וויל : פארשטיין פשט אין די לעצטע שורה פון דיין תגובה."און טוה עס נאר צו די אדיסי, ווייל אז נישט איז א חשש פון מהנה זיין א גוי". מסתמא מיינסטו צו זאגן אז מ'זאל נאר ארויפלייגן דעם פארקינג רעסיט אויף א אדיססי, ווייל ס'איז מוחזק צו זיין א אידישע קאר. דאס איז נישט קיין כלל. איך זעה פלענטי גוים דרייוון אדיסי'ס. דאס איז אויכעט נאר אויב איינער איז זייער שטארק מחמיר אין "לא תחנם", אז ס'גייט אן נישט אין ארץ ישראל און בזמן הזה.
