בלאט 1 פון 4

יחי אדונינו כ''ק די בעלזע רעבעצין (:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:27 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:16 am
דורך גנדי
אפשר זאל די בעלזע רעבעצין ווערן די יושב ראש נשות הכותל. אפשר אזוי וועלן אלע זיין צופרידן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:05 am
דורך טיטאניק
בעזלע רעבעצין הרבנית הצדיקת שרה רוקח תליט"א אשת האדמו"ר מבעלז
ובתה של כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע
זי איז א פרוי א צדיקת פאר זיך, אויב געט מען פאר פשוטי עם די רעכט צו פסקענען איז זי ממש די חשוב'סטער קינד פון איר טאטע דער וויזניצער רבי
זי איז א פרוי מיט גאר הויכע השגות אין צידקות עבודת ה' און אין חסד
מען קען זאגען אז עס איז נישטא נאך א רעבעצין בודרינו וואס קימט צי צי אירע מדרגות
עכט א דערהויבענע פרוי

פערצופאל איז זי בעלזע רעבעצין אבער איר גרויסקייט האט גארנישט מיט בעלז דייקא

די חסידים פון אירע שוועסטער, ווי סאטמאר און בעיקר סקווירע קענען דאס נישט אראפ שלינגען אז זיי האבען דאס נישט

מנשה, מקנה זיין צידקות איז א גוטע זאך, אבער פיינט האבען אין חוזק מאכען איז נישט קיין קנאה

יחי אדוננו. בעלזע רעביצין

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:15 am
דורך חביבי
אין בעלזא איז עס א נארמאלע זאך א קרוב משפחה מיינע האט מיר געוויזען א בילד ווי אזוי די רעבעצין האלט א ברויפען גלעזעל אין האנט איו פאכעט מיט די אנדערע האנט לחיים צו די מאסן חסידים׳טס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:23 am
דורך איך אויך
טיטאניק וואלסט עס נישט געקענט בעסער זאגן. קינד און קייט ווייסן אז זי איז די חשובסטע קינד פונעם וויזניצער רבין זצ"ל און איז א גאונה בחסד לכל המגזרים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:40 am
דורך שרייבער
טיטאניק האט געשריבן:פערצופאל איז זי בעלזע רעבעצין אבער איר גרויסקייט האט גארנישט מיט בעלז דייקא


איך וויל אויך פרעגן סתם ארויסלאזנדיג בעלזא

מיט וואס איז זי גרעסער ווי אלע?
ווייל זי גייט מיט א ספאדיק טורבאן?
זי קען כל התורה כולה? זי מאכט גלגול שלג? לא פסיק פומה מגירסא? וואס?

בעל חסד, איז ווי מעסט מען די בעל חסד'שאפט אז דאס איז די גרעסטע, דערציילט עפעס

איך נעם גארנישט אוועק, איך וויל עס פשוט פארשטיין, סתם ווייל איינער האט אפגעמאכט

ביי א רביצין גייט נישט אן שומר נגיעה?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:50 am
דורך מ גפני
עס דרייט זיך ארום א קליפ אויף וואצעפ ווי די בעלזע רביצין טיילט מטבעות (אזוי קוקט עס אויס - אדער איז עס עפעס א אנדערע געבענטשטע זאך) פאר חסידים אין מאנטשעסטער און זי געט דאס איבער אין די האנט אריין, איך פרעג אויך ארויסלאזנדיג בעלזא מיין שאלה וואלט געווען ביי סיי וועלעכע קהילה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:22 am
דורך איחוד פעלד
ביטע אהערלייגען דער קליפ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:41 am
דורך גנדי
איך פארשטיי נישט. אונז האקט מען אין קאפ א גאנצע צייט קדושה, שמירה און צניעות. ווי איז דאס אלעס פארשוואונדען געווארען?

ווי אזוי קענען חסידישע אינגעלייט אנגעטוהן מיט גארטלעך איבערנעמען געלט פון א פרוי, פארקערט ווי מען האט זיי אלעמאל געלערנט?

וואס קומט נעקסט? גייט מען איר געבן לחיים? גייט מען קושען איר האנט? גייט זי טאנצען מיט יעדע חתן?

מיין רביצין איז אויך א גרויסע בעל'ת חסד'סטע (אן גבאים און גבאי'סטעס), מעג מיין ווייב גיין מארגען אין בעלזע תלמוד תורה טיילן פאר די מלמדים געלט אלץ א שמירה פון די חטא הידוע?

פארוואס ווען א קליינע מיידעל גייט דורך אויף די זייט פון א בית מדרש אין בית שמש שפייעט מען און מען שרייט שיקצעעעעע.... אבער ווען א פרוי מיט שיינע בגדים טיילט געלט פאר יונגעלייט און זייער האנט אריין, טאנצט יעדער די נקדישך טאנץ?

פארוואס ווען ישיבת חובבי תורה שטעלט ארויס א נייע פרוי "רבה" - גיבט אגודה ארויס א בריוו אז דאס ברענגט אונטער ארטאדאקסישע אידישקייט.
- אבער ווען בעלז שטעלט ארויס א פרוי צו פירען א לחיים טיש פאר חסידים, רופט אגודה בעלז צום מיטינג ווי אזוי מען קען ראטעווען א"י פון די גזירת שמד?

פארוואס ווען מרס. פאללאק טוהט חסד אין מאנטריאל - ווארפט מען ארויס איר פאטער פון שול, ווייל עס שטייט אין רמב"ם אז א פרוי טאר נישט האבן קיין שררה ווייל מענער וועלן ארויף קוקען אויף איר.
- אבער ווען מענער פירען ארום בעלזע רעבעצין ווי א פרעזידענט, דינגט מען פאר איר מאן א פריוואטע פליגער צו קומען קיין אמעריקע?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:11 pm
דורך גנדי

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:30 pm
דורך טיטאניק
גנדי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אונז האקט מען אין קאפ א גאנצע צייט קדושה, שמירה און צניעות. ווי איז דאס אלעס פארשוואונדען געווארען?

ווי אזוי קענען חסידישע אינגעלייט אנגעטוהן מיט גארטלעך איבערנעמען געלט פון א פרוי, פארקערט ווי מען האט זיי אלעמאל געלערנט?

וואס קומט נעקסט? גייט מען איר געבן לחיים? גייט מען קושען איר האנט? גייט זי טאנצען מיט יעדע חתן?

מיין רביצין איז אויך א גרויסע בעל'ת חסד'סטע (אן גבאים און גבאי'סטעס), מעג מיין ווייב גיין מארגען אין בעלזע תלמוד תורה טיילן פאר די מלמדים געלט אלץ א שמירה פון די חטא הידוע?

יעדעס ווארט הינדערט פראצענט גערעכט, כאטש איך האלט אז זי איז עפעס גאר א ספעשל פרוי, אן זיין בעזלער רב'ס ווייב, און אן די טורבאן, זי פאר זיך איז זי עפעס א דערהויבענע פרוי, מידת החסד אויף א אויסטערלישע אופן, וואס מען זעהט זייער זייער ווייניג
א חידוש און א פליאה פון א צדיקת, ווער עס קען איר ברודער ר' ישראל, פארשטייט שוין אז אין די משפחה איז דא אויסטערלישע מדרגות וואס מען זעט נישט קיין סאך, די מידות פון ר' ישראל איז אויך לכו"ע למעלה מהשגת אנוש.

אבער די קשיא בלייבט קשיא, טאקע א צדיקת אבער פארט א פרוי! ווי מעג מען?????

בעלזע חסידים, דאס איז מיין צווייטע קשיא צו ענק אין די לעצטע 24 שעות, ביטע געבט עפעס תירוצים
א שיינעם דאנק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
טיטאניק האט געשריבן:די חסידים פון אירע שוועסטער, ווי סאטמאר און בעיקר סקווירע קענען דאס נישט אראפ שלינגען אז זיי האבען דאס נישט

מנשה, מקנה זיין צידקות איז א גוטע זאך, אבער פיינט האבען אין חוזק מאכען איז נישט קיין קנאה

קודם כל, וואס מיינט חסידים פון אירע שוועסטער, אויסער סאטמאר האב איך נישט געהערט אזא זאך ווי חסידים פון א פרוי, נאר דא ביי די בעלזע רעבעצין תליט''א.
שנית, דאס גדלות און ספעציעלקייט פון א רעבעצין קומט דווקא פון בעלז, און ס'האט נאר מיט בעלז, און דער אלטע סקווערע רעבעצין האט זיך אזוי געפירט, ווייל זי איז געווען א שטיק בעלז, אבער דאגעגן אין וויזניץ האט מען זיך נישט אזוי געפירט, ממילא אונזער רעבעצין איז בכלל נישט מעורב בין הבריות זי איז א רעבעצין אין איר אייגענע ד' אמות און אונטער מחיצה.
שלישית, וואס איז באמת ראשית כל, וואס פליקסטו מיר אריין, כאילו אז איך האב עס דא געלייגט אלץ קנאה, צו חוזק, איך האב געגעלייבט אז דער עולם קאווע טרונקער וועלן גלייכן די קליפ, גארנישט מער. איך ווארט אויף א אנטשולדיגונג!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:32 pm
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:די חסידים פון אירע שוועסטער,
שלישית, וואס איז באמת ראשית כל, וואס פליקסטו מיר אריין, כאילו אז איך האב עס דא געלייגט אלץ קנאה, צו חוזק, איך האב געגעלייבט אז דער עולם קאווע טרונקער וועלן גלייכן די קליפ, גארנישט מער. איך ווארט אויף א אנטשולדיגונג!

ליבע כ"ק הרה"צ ר' מנשה'לע שליט"א, צדקת ממני, אתה הצדיק ואנו החוטאים
דא בשער בת רבים בפני קהל עם ועדה טי איך מיר אויס מיינע שטיוול, און ווי די הלכה איז בין איך מקבל נזיפה פון מורינו ורבינו צדיק יסוד קאווע שטיבל, מרן אד"ש מלוסטיג,
ביטע זייט מיר מוחל אויף דעם פליטת הפענע, נישט געמיינט, נישט געטראכט, נישט געווען אין א גוטע מוד, נישט גערעדט צים זאך
נאך א מזל אז דער רבי זאל לעבען בעט א מחילה, ווען נישט ווער ווייסט צו איך וואלט אליינס געהאט די שכל דערצי
:אויוויי: :אויוויי: :oops:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:03 pm
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

ס'הייסט? נישטא מער???

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:40 pm
דורך zurich
איך האב אמאל געהערט פון דא בעל דרשן אז אין די היסטערי פון חסידות איז אמאל געוועין א פרוי וואס האט זיך דערקלערט אלטץ אן אדמו"ר און זי האט געפראוועט אין גרויסן איך געדענק שוין נישט די דיטעילס אבער אזוי איז געוועין!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:42 pm
דורך דער (פינטעל) איד
טיטאניק האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

ס'הייסט? נישטא מער???

אוועק לעצטענס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
יא אייזיק שניצלער - יצחק יהודה בן שלום ע''ה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:52 pm
דורך דעת תורה
ס'איז נישט די ערשטע מאל און נישט די לעצטע מאל, כבר היה לעולמים, און גלייבט מיר נישט דאס איז די פירצה פונעם דור.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:53 pm
דורך שמעקעדיג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איי איי דער שניצלער רבי איז ניטא מער..

ס'הייסט? נישטא מער???

אוועק לעצטענס


viewtopic.php?f=3&t=3242

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:43 am
דורך ונבנתה העיר
zurich האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון דא בעל דרשן אז אין די היסטערי פון חסידות איז אמאל געוועין א פרוי וואס האט זיך דערקלערט אלטץ אן אדמו"ר און זי האט געפראוועט אין גרויסן איך געדענק שוין נישט די דיטעילס אבער אזוי איז געוועין!

הבתולה מלודמיר.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:10 am
דורך טיטאניק
ונבנתה העיר האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון דא בעל דרשן אז אין די היסטערי פון חסידות איז אמאל געוועין א פרוי וואס האט זיך דערקלערט אלטץ אן אדמו"ר און זי האט געפראוועט אין גרויסן איך געדענק שוין נישט די דיטעילס אבער אזוי איז געוועין!

הבתולה מלודמיר.

ס'איז זייער פאני אז די בעלזע חסידים ענפערען גארשניט אויף מיין הארבע פראגע
גייען זיי מיר לאזען אזוי אריין גיין צים הייליגען שבת קודש מיט א אפענע מויל????

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:21 am
דורך berlbalaguleh
שרייבער האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:פערצופאל איז זי בעלזע רעבעצין אבער איר גרויסקייט האט גארנישט מיט בעלז דייקא


איך וויל אויך פרעגן סתם ארויסלאזנדיג בעלזא

מיט וואס איז זי גרעסער ווי אלע?
ווייל זי גייט מיט א ספאדיק טורבאן?
זי קען כל התורה כולה? זי מאכט גלגול שלג? לא פסיק פומה מגירסא? וואס?

בעל חסד, איז ווי מעסט מען די בעל חסד'שאפט אז דאס איז די גרעסטע, דערציילט עפעס

איך נעם גארנישט אוועק, איך וויל עס פשוט פארשטיין, סתם ווייל איינער האט אפגעמאכט

שרייבער: איך האלט 100% מיט דיר. איך האב נאך אן הצעה. מ'דארף איהר אויסזוכן א שטעיטל פון דערהעים. ווייל בעלזא רביצ'ן איז צו קליין פאר איהר. לויט איהרע השגות. און די השגות פון איהרע חסידים. אפשר קאסוב. און זי זאל זיך דינגען א גבאי. אדער גבאי'טע וועלכע זאל אויכעט זיין איהר שאפער. און שטופן דעם עוילעם ביי חתונות און דינערס. זי זאלל אנהייבן פיהרן טיש פרייטיג צו נאכטס. און טיילן שיריים. אין 2014 איז אלעס מעגליך. 8-) :lol: :roll: :o