איך האב היינט געטראפן מיינס א נאנטער ידיד וואס האט זיך לעצטענס ל"ע גע'גט נאך א סעריע פון שווערע צרות. אזוי שמועסנדיג האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ און געוויינט צו מיר ממש בדמעות שליש. מיינע אויגן זענען נאס געווארן, און מיין הארץ איז צוגאנגען צוקוקענדיג ווי אן ערוואקסענער אינגערמאן כליפערט אזוי און קען קוים כאפן די אטעם. איך בין אנגעקומען אין ארבעט צושוידערט, און אריין געטראכט ווי מיר כאפן זיך גארנישט ווי גליקלעך מיר זענען אז אונז גייען דאס נישט דורך.
כ'האב פראבירט אביסל אראפצושרייבן און אויסדריקן מיין חבר'ס ווייטאג, אפשר וועט דאס לינדערן מיין צער.
וואו איז די ליבשאפט,
וואו איז די אהבה,
ביסטו א פרוי,
צי שטאמסטו פון חוה,
געמיינט האב איך דאן,
ליבע האב איך געפונען,
אבער ווי א זייפן בלאז א הוילע,
די חלומות האבן צורינען,
אומשולדיגע קינדער,
ס'גיסט מיר טייכן טרערן,
אוי! יעדער ווייזט די ריקן,
קיינער וויל נישט הערן,
אבער דו הייליגער באשעפער,
ס'איז אלס אפן דיין טויער'ל,
זעה נאר ווי איך וויין,
אויף מיין ביטערע גורל.