בלאט 1 פון 1
דער-די-דאס-דעם - ווער וויל זיך אויסלערנען?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:12 pm
דורך ישובניק
א געדאנק:
היות די נאכפראגע איז זייער גרויס, ספעציעל צווישן שרייבער, צו וויסן די כללים ווען מ'שרייבט דער-די-דאס-דעם - איז דא צווישן אייך ווער ס'וואלט זיך געוואלט אויסלערנען פריוואט די כללים?
ווער עס האט אן אינטערעס, זאל זיך ביטע דא אפרופן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:16 pm
דורך ברסלבער
איך וואלט געקענט באשטיין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:33 pm
דורך zurich
איך אויך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:02 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך וויל שטארק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:39 pm
דורך טיטאניק
ג"א מצטרף לקול הקורא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:06 pm
דורך דער (פינטעל) איד
zurich האט געשריבן:איך אויך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:09 pm
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך וויל שטארק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך וויל שטארק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:51 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל נאך שטערקער!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל נאך שטערקער!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:08 pm
דורך zurich
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל נאך שטערקער!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:14 pm
דורך אליצפן
.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:26 pm
דורך ישבב הסופר
ג"א מעוניין.
כאן נמצאים הכללים בשפת גרמנית. אלא שבגרמנית יש גם "דען".
http://german.about.com/library/blcase_sum.htmואיך אפשר לא להזכיר את מאמרו הסאטירי של מארק טוויין על שפת גרמנית הנוראה.
http://www.crossmyt.com/hc/linghebr/awfgrmlg.htmlלהעיר, בעיתונות היהודיות רואים את רוב האופציות האפשריות:
"דער איד/בלאט", "די צייטונג", "דאס אידישע ווארט", ועוד.
תמיד חשבתי שזה בערך כך:
דער = זכר
די = נקבה
דאס = דומם וניטראלי טומטום ואנדרוגינוס
דעם = דבר בלתי ממשי?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:44 am
דורך מאראנצןזאפט
לא נכון מיסטער ישבב. די כללים זענען ברייטע און קאמפליצרטערע און העמיר צו ווארטן ביז רבי ישובניק וועט נעטר ווערן לבקשתינו.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:45 am
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:לא נכון מיסטער ישבב. די כללים זענען ברייטע און קאמפליצרטערע און העמיר צו ווארטן ביז רבי ישובניק וועט נעטר ווערן לבקשתינו.
נע
תר.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag].
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:52 pm
דורך ישבב הסופר
אוקיי, העמיר אויך ווארטן עד אשר יתיישב אותו חכם היושב בישיבה, ויישב את הטעון יישוב.
היושב ומצפה בשבת תחכמוני,
ישבב
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:46 pm
דורך מאראנצןזאפט
בשעת ישובניק לאזט זיך בעטן ביי די אידן הצמאים, וועל איך מיך מתעטר זיין בעטרה און נעתר ווערן לבקשת הרבים אנצוהויבן דעם שמועס.
אגב, די ניקים ישובניק, נודניק און מעקעניק, זענען לכאורה די דריי קריעטיווסטע און צוגעפאסטע נעמען פאר א ניק, עס איז נאך עוועילעבל: פיקניק, און יוניק.
1. אין א געווענליכן פאל שרייבט מען דער פאר א לשון זכר, למשל: דער טאטע, דער זיידע, דער יונגערמאן, דער ראש ישיבה, א.א.וו. פאר א נקיבה שרייבט מען די, למשל: די פרוי, די באבע, די צדיקת, די רעבעצין, א.א.וו.
נקוט האי כללא: רוב אידיש און לשון קודש'דיגע ווערטער צעטייילן זיך צווישן זכר און נקיבה, למשל: דער ספר, דער וועג; די בשורה, די תורה, די שיינקייט. וויאזוי ווייסט מען וואס איז זכר און וואס איז נקיבה? עס איז דא פארשידענע סימנים, אבער אסאך ווערטער דארף מען נאכקוקן און נוצן דעם זכרון.
2. דאס איז א לשון סתמי, ווי למשל: דאס געלט, דאס ווארט, דאס קינד.
די אויבנדערמאנטע כללים טוישן זיך ווען עס קומט צו פרעפאזיציע, דאס הייסט ווען א ווארט ווערט געשריבן נאך אזעלכע ווערטער ווי: פאר, ביי, נאך, אויף, אונטער, א.א.וו. ביי א זכר שרייבט מען 'דעם', למשל אויף דעם טיש, אונטער דעם יונגערמאן, און ביי א נקיבה שרייבט מען 'דער' למשל: ביי דער שמחה, אויף דער פרוי, צו דער כלה.
ביי א לשון רבים איז עס אלעמאל "די": די יונגעלייט, די פרויען, און טוישט זיך נישט ביי פרעפאזיציע.
3. ווען א לשון זכר קומט נאך א טאט, א פעולה, ווערט עס 'דעם'. למשל איך האב צוגענומען דעם ספר, איך געשלאגן דעם יונגערמאן, אבער דאס איז שוין אביסל א קאמפליצירטער כלל, און מיר וועלן צואווארטן ביז דעם ישובניק וועט אריינקומען פון דארף אין שטאט אריין.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:54 pm
דורך ישובניק
יישר כח פאר די אלע וואס האבן זיך אפגערופן און אויסגעדריקט אן אינטערעס.
מאראנצ... בנוגע מיין ניק - איך האב זיך פשוט גע'ישוב'ט בעת מעשה וואספארא ניק זיך צו געבן, איז געבוירן געווארן דערפון ישוב-ניק, וואס שטימט אלס מיטגליד וואס זיצט אין קרעטשמע, אבער גאנץ גוט אויך פאר א קאווע-שטיבל.
איך האב בדעה צו פארברענגען צייט אויסצולערנען די כללים פאר די וואס ווילן ערנסט, אבער איך קען עס נישט טון אומזיסט. דעריבער האב איך מתחלה פארגעשלאגן עס צו טון פריוואט (אנליין) פאר די וואס זענען פאראינטערעסירט. ביטע מיר שרייבן אין אישית.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:17 am
דורך טעפל
[tag]מאראנצןזאפט[/tag]זייער שיין צונומען, א דאנק.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:10 pm
דורך ישובניק