בלאט 1 פון 3
קונטרס "קאווע בלעטער" - ליקוט אשכולות מובחרים להדפסה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:49 pm
דורך פישלע העררינג
[justify:tdu143ph]איך בין ניי דא אין קאווע שטיבל, און זיך באקענענדיג מיט'ן פלאץ האט מיך געכאפט וואספארא שלל פון שיינע שמועסן עס קומען דא פאר. פארשטייט זיך אז די שמועסן געשעהן נישט פון זיך אליינס, נאר דורך נדבת לבם הטוב פון די חשוב'ע ניקס וואס געבן אוועק צייט מהנה צו זיין די קוראים הנכבדים.
פארשטייט זיך, אז אשכול רודף אשכול, און עס איז נישטא קיין צייט דורכ'ן טאג צו לייענען אלעס וואס מען שרייבט דא. שבת, ווען עס איז יא דא אביסל מער צייט, קען מען דאך נישט קוקן קאווע שטיבל.
על כן, קמתי ועליתי, און כעמיר גורנה האב איך צאמגענומען מהני מילי מעליותא וואס מען האט דא געשריבן איבער די פארגאנגענע 2 וואכן, חצי טבת בערך, און זיי צאמגעלייגט אל פונדק אחד אויף א אופן וואס מען קען עס ארויסדרוקן און האבן שבת צו דער האנט.
איך ווייס אז טייל חומר איז נישט געמאכט צו ברענגן אין בית המדרש, אדער לאזן ארומליגן דארט ווי דער בחור'ל אדער ווייב קען לייגן אן אויג דערויף, אבער החכם עיניו בראשו און יעדער זאל פאר זיך טוהן ווי איהם טויגט.
א זייטיגע טובה וועט ארויסקומען האפענטליך פון דעם ליקוט, אז מאנכע קריטיקירער וועלן האבן די געלעגנהייט צו זעהן שחור על גבי לבן אז דא אין קאווע שטיבל ווערן געשריבן אינהאלטסרייכע מאמרים, הומאריסטישע ארטיקלען, פאעזיא'ס, א געמישעכטס פון טעמים, לעשות כרצון איש ואיש.
פארשטייט זיך אז ביי יעדן מאמר שטייט קלאר די קרעדיט מבטן מי יצאו הדברים, און איך זוך נישט אויף קיין וועג צו זיין א מתעטף בטליתו של חבירו.
אויב האב איך אויסגעלאזט א געלונגענע בכבוד'יגע מאמר פון א ניק וואס איז לעצטענס געשריבן געווארן, איז עס מן הסתם געוועהן בטעות, ואתו הסליחה.
נ.ב. לאזט מיך וויסן אויב עס איז טאקע דא א מבוקש פאר דעם ליקוט, כדי צו וויסן אויב עס לוינט ממשיך צו זיין.[/justify:tdu143ph]
https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%93.pdf
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:22 pm
דורך שפתים ישק
שיינע איינפאל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:35 pm
דורך געפילטע פיש
פאר דעם האט דער באשעפער ברוב חסדו וטובו מקדים געווען די רפואה פארן מכה, און באשאפן דעם פרינטער סאך פאר די אינטערנעט, אז מ'זאל קענען ארויספרינטן סחורה לכבוד שב"ק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:00 pm
דורך zurich
שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:05 pm
דורך משה געציל
א שיינעם דאנק, עס זעט זיך אן אז עס ליגט דערין געוואלדיגע ארבעט.
נאר להערה בעלמא, איך האלט אז עס וואלט געווען רעכט אז מען זאל אנפרעגן די שרייבער פון די ארטיקלך בעפארן פאבלעצירן אין א געדרוקטע פארמאט. עס איז דא אמאל טעותים וואס דארף פאראכטן ווערן, און אמאל איז דא סתם אזוי וואס דער שרייבער איז אומבאקוועם מיטן פאקט אז די ארטיקל פארט ארום אינעם גאנצן שטאט.
#קאנסטראקטיוו קריטיק #הערליכער ארבעט!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:08 pm
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן: #הערליכער ארבעט!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך!!
איך וואלט נישט אליינס גע'חלום'ט אז אזויפיל הערליכע ארטיקלען זענען געשריבען געווארן נאר אין די לעצטע פאר וואכן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:18 pm
דורך טאמבל סאס
געפילטע פיש האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן: #הערליכער ארבעט!
זיי ממשיך ביטע, ס'איז א הערליכע ארבעט און איז גאר נייטיק פאר אלע.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:23 pm
דורך נהורא נפישא
משה געציל האט געשריבן:א שיינעם דאנק, עס זעט זיך אן אז עס ליגט דערין געוואלדיגע ארבעט.
נאר להערה בעלמא, איך האלט אז עס וואלט געווען רעכט אז מען זאל אנפרעגן די שרייבער פון די ארטיקלך בעפארן פאבלעצירן אין א געדרוקטע פארמאט. עס איז דא אמאל טעותים וואס דארף פאראכטן ווערן, און אמאל איז דא סתם אזוי וואס דער שרייבער איז אומבאקוועם מיטן פאקט אז די ארטיקל פארט ארום אינעם גאנצן שטאט.
#קאנסטראקטיוו קריטיק #הערליכער ארבעט!
גם אני מצטרף, זייער א שיינער ארבעט און א דאנק פאר די אנערקענונג פאר מיינער אן ארטיקל צו ווערן פובליצירט, הגם איך אלס א פערפעקשאניסט וואלט איך יענעם ארטיקל נישט געדרוקט, ס'איז פונקט גוט געווען צו ליינען דא אין שטיבל וואס ווערט נישט לאנג דערויף ערגעצוואו פארזינקן בתהום הנשיה וויבאלד ס'איז זייער א פעלערהאפטיגע ארבעט מחמת כמה סיבות, קומענדיגס מאל וואלט געווען א גלייכע זאך ווען דו לאזט ווען מעלדן בעפאר, כדי צו געבן א געלעגנהייט צו פאררעכטן אדער קענען אפפרעדן פון דרוקן , נאך אלעם דער גרעסטער מבין איז יעדער אויף זיינע אייגענע סחורה. אבער א דאנק בכל אופן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:24 pm
דורך sefish
גאר שיין! איך זע אויך אז דו האסט צוגעלייגט אליינס אביסל שענער צו מאכן. ביי מיין ארטיקל פון שבת עסן האט איר צוגעלייגט ביי ש' שירות ותשבחות. (איך האב נאר געשריבן שיריים..)
זייער שיינע ארבעט! איז דער פלאן עס צו מאכן יעדע צוויי וואכן?
נהורא האקט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:35 pm
דורך נהורא נפישא
ולהוספה, איך שטיץ זייער דעם אינטערנעמונג, און ס'איז צו ערווארטן אז דאס וועט הייבן די סטאנדארד דא אין שטיבל אויף א העכערן ניווא, אבער ווי ערווענט איז עס פשוט פראקטיש אז דער בעל המאמר וואס ווייסט אלע חורין וסדקין איז די בעסטע פאסיג דאס צו פאררעכטן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער פישעלע איז נארוואס אריינגעשווימען, און ער מאכט שוין ערשט קלאסיגע הערינג! א דאנק! הערליכע ארבייט!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:12 am
דורך פישלע העררינג
אקעי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:25 am
דורך חזקיהו המלך
געוואלטיגע ארבייט
האלט אן אין ווער נישט מיד,
ס'איז זייער א גוטע ארבייט, אין ניין מען דארף נישט פרעגן די שרייבער, ס'מאכט נאר די ארבייט קאמפליצירט אין קיינער באצאלט אים נישט דערפאר, ווען איינער שרייבט א ארטיקל וויל ער מען זאל עס ליינען, ער שרייבט עס נישט פאר די פיר ווענט, אין ס'איז געמאכט פאר די פאבליק צי ליינען אין ארויס פרינטען נישט קיין חילוק אין וועלכע פארמאט,
אויך איז עס גוט ווייל ס'קען געבען א שטופ פאר שרייבער צי שרייבען ארטיקלען,
עכ"פ חזק ונתחזק, לאמיר דיר עפעס זאגען, קריטיק איז אלעמאל דא, אבער דערשרעק דיר נישט פין די קריטיק, די רוב האט זייער הנאה, די קריטיקירער זענען א מועט, די טוה דיינס, אין יעדע צוויי ואכען זאל זיין א גליון,
הצלחה רבה.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:47 am
דורך אפטעמיסט
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] איך קען נישט עפענען אדער דאונלאודן די לינק. מה פשט?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:51 am
דורך רויטע וואנצעס
.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:25 am
דורך פישלע העררינג
.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:37 am
דורך ברסלבער
זייער א שיינע ארבעט! יישר כח ר' פישל'ע! און לאמיר האפן אז דאס וועט אנהאלטן אויף ווייטער.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:39 am
דורך פישלע העררינג
.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:42 am
דורך אפטעמיסט
ס'האט גארנישט מיט קיין פילטער, לא נחשדו ישראל על כך. ס'איז פשוט נישט געגאנגען. אבער עפעס א ווייס הויטיגער ניק מיט א שווארצע היטל, רויטע וואנצעס און א גאלדענע הארץ, האט מיר עס געשיקט אויף בליץ פאסט.
סאו איטס פיין.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:18 am
דורך געפילטע פיש
לאל!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:22 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:34 am
דורך געפילטע פיש
רעב בערל, ווען אונזער היינטיגע רבנים וואלטן געווען אין יענע צייטן וואלטן זיי געאסר'ט דעם פרינטינג פרעסס אויך, מ'קען דאך פרינטן סיפורי מינות וכפירה, ספרי חשק ותרבות רעה. און מיר אלע וואלטן געווען אנאלפאבעטן.