בלאט 1 פון 2
משמח אלוקים ואנשים, ווער איז טאקע דער בעסטער?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:14 pm
דורך טיטאניק
א שמייכל איז זייער א געזינטער זאך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, סיי אין נפשית'דיגער זייט און אפילו קערפעליך איז דאס זייער א גיטע זאך
קימט דאך אויס, אז דער וואס מאכט א צווייטען שמייכלען איז זיכער א צדיק, (קען זיין וועגען דעם האבען אסאך בדחנים ליב זיך צי אנטיען מיט צדיקים קליידער)
דערפאר וויל איך יעצט ארויפלייגען דא אויפען טיש אלע בדחנים, אן קיין אויסנאם, יעדעם גייט מען באשרייבען (נאר לטובה!) זיינע מעלות, און אייגענטארטיגקייטען, יעדער איז מכובד צי מזכיר נשמות זיין פון בדחנים וואס זענען שוין נישט מיט אינז ליידער, און כש"כ רעדען איבער בדחנים וועלכע לעבען צווישען אינז און מאכען כסדר לעבעדיג דעם עולם מיט זייערע בדחנות,
יעך האלט אז דאס קען זיין זייער א שפרודעלדיגער און לעבעדיגער אשכול,
מ'מער אנהייבען מיט אינזער בדחנא דאתרא כ"ק הרה"צ ר' מנשה'לע שליט"א, אדמו"ר מליסטיג, כאטש איך האב עם קיינמאל נישט געהערט רעדען א דרשה, אבער דאס אז מען קיקט נאר אויפען צורה און מען ווערט שוין בשמחה, ווייזט אויף נאך א העכערע מדריגה, אזא צדיק! בלויז א קוק און מען ווערט שוין געהאלפען?!!
ר' משנה'לע ציט שוין זיין בדחנות פאר לאנגע יארען, ער האט מיר שוין געמאכט אסאך מאל שמייכלען און לאכען, ער איז אייגענארטיג מיט זיינע נייע רעיונות, ווי צים ביישפיל די קליפס וועלכע לויפע ארים אויף יו טוב (נו פוי!), און אזוי די שיינע הגדה פון זיין שוואגער ליפא, און בכלל ווען ער איז מופיע אין פארשידענע גלעגנהייטען מיט א זיסע הומאר,
איך גלייך עם זייער שטארק
משנה'לע קיפ איט אפ!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:17 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א בדחן וואס איז משמח אידן פאר געלט ווי שטעקט דא צדקות פונקטליך?
ס'געפעלט מיר וויאזוי מ'ווארפט זיך ארום מיט טיטלען. ער טוט עס פאר פרנסה (והותר) און ער איז נאך א צדיק אויך. איך וואס איז נישט באשאנקען געווארן מיט בדחנות טאלאנטען בין א רשע מרושע ווייל איך ארבעט בלויז אין א טעיק אוט און קום קוים אויס פאר דע וואך. אבער דער בדחן מאכט 5 אלפים א וואך און ער איז נאך א צדיק אויך פאר א באנעס.
אפאר געוועלטע ווידיאס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:18 pm
דורך טיטאניק
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:20 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:21 pm
דורך טיטאניק
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:א בדחן וואס איז משמח אידן פאר געלט ווי שטעקט דא צדקות פונקטליך?
ס'געפעלט מיר וויאזוי מ'ווארפט זיך ארום מיט טיטלען. ער טוט עס פאר פרנסה (והותר) און ער איז נאך א צדיק אויך. איך וואס איז נישט באשאנקען געווארן מיט בדחנות טאלאנטען בין א רשע מרושע ווייל איך ארבעט בלויז אין א טעיק אוט.
אוי אוי אוי
הרה"צ ר' פינטעלע,
חז"ל האבען זייער מאריך געווען בשבחו פון דער וואס איז משמח אידען,
וועגען געלט, אלע ארבעטען פאר געלט, דער דיין און דער סופר אויך, איז פארוואס ביסטי עם מכבד?
אלא מאי, אז ווען א איד וועלט אויס א ליניע וועלכע טיט אויף גיטע זאכן איז ער ווערד א כיבוד אדער צוויי
ספעציעל דער בדחן, וואס שלעפט מיט זיך מיט א פעקעלע אימאנגענעמליכקייט ווי בזיונות וכו',
ר' פינטעלע איד, לאמיר ציזאמען געבען א גרויסער:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וואס ? וואס? ער וועלט אויס א ליניע? איך האב אן א אפציע פון אויסוועלן בדחנות ליניע? וואס רעדסטו דא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
הייסט פינקי וועבער איז אזא גוט הארציגער ער קען ווען גייין אין BH ארבעטן און פטור אן עסק. אבער ער איז דאך אזא צדיק האט ער מסכים געווען צו ענדערש גיין ווערן א גראמער... איך הער
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
חז"ל האבן זיכער נישט גערעדט פון פרנסה. נאר סתם מ'איז משמח אידן כדי יענעם פרייליך צו מאןכ נישט זיך אנצופילן דע אייגענע טאשן.
דער נייעקער רב ר' חיים הערש לעבאוויטש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:14 pm
דורך טיטאניק
מיט אפאר יאר ציריק האט ארויסגעשפראצט א נייע צדיק, א בדחן מיטען נאמען ר' חיים הערש לעבאוויטש
זיין שטעטל ווי די קהילה האט מקבל מרות געווען פון עם איז געווען "נייעק" ועל שמה האט מען עם גערופען "נייעקער רב"
נייעקער רב איז אינטערוויועט געווארען אויף קול מבשר, און מען האט עם דא און דארט געזען אויף שמחות אבער לעצטנס הערט מען מער נישט פון עם, איינער קען אביסל מער אויפקעלערן מי האיש? מה טובו?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:23 pm
דורך שמעקעדיג
דער פינטל קאקא פאקט איין יואב און מנשה צוזאמען. מי ידמה ומי ישווה לו!
איך ענדיג נישט לאכן פון זיינע רייכע תגובות.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:26 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק האט געשריבן:מיט אפאר יאר ציריק האט ארויסגעשפראצט א נייע צדיק, א בדחן מיטען נאמען ר' חיים הערש לעבאוויטש
זיין שטעטל ווי די קהילה האט מקבל מרות געווען פון עם איז געווען "נייעק" ועל שמה האט מען עם גערופען "נייעקער רב"
נייעקער רב איז אינטערוויועט געווארען אויף קול מבשר, און מען האט עם דא און דארט געזען אויף שמחות אבער לעצטנס הערט מען מער נישט פון עם, איינער קען אביסל מער אויפקעלערן מי האיש? מה טובו?
איך האב אים אמאל געהערט אויף א שבע ברכות אין ווילי. די מעלה מיט אים איז אז ער איז כמעיין המתגבר, עס שיט זיך פון זיין מויל ווערטלעך איינס נאכן צווייטן קענסט קוים כאפן דעם אטעם, און אלעס חסידישע פון רעבבעס און חסידים, עס האט א באזונדערן חן. יוי האמיר אונז צאמגעלאכט....
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:33 pm
דורך zurich
רבותי קאווע שטיבל האט אויפגעלעיבט אונדז האב מיר דא באקימען א נייער גאסט וטטאניק שמו!! א געשמאקער צוגעלאזענער מענטש פול מיט יומער, פול מיט פאזיטיווקייט גארנישט נעגעטיוו, ווי מען קען געבן א גיט ווארט פאר א יוד איז ער דא! עפענט אויף פיינע אשכולות ממש א ברכה צו מאכן!!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:35 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:דער פינטל קאקא פאקט איין יואב און מנשה צוזאמען. מי ידמה ומי ישווה לו!
איך ענדיג נישט לאכן פון זיינע רייכע תגובות.
זעסט? פון מיר רעדן חז"ל! איך מאך דיר שמייכלן בחינם אין כסף! (און נאך מער , איך כאפ נאך אריין א מתנת חינם פון א צושפאט נאמען ''קאקא'')
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:48 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך פערזענליך ווער נתפעל און ווערג מיר פאר געלעכטער, פון 'מענדל ראזנבערג' א ווישניץ מאנסי חסיד פון מאנסי, וואס נעמט ביי מיר אויס אלץ א באזונדערע סטענדאופיסט, און ער זאגט ער איז א תלמיד פון ר' חיים מענדל, די שאלה צו חיים מענדל ווייסט דערפון..
איך בין נישט קיין סטענדאופ, און כ'ווער נתפעל פון יענער וואס קען זיין פאך און טוט עס בשלימות.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
מ'דארף פארשטיין, אז ס'דא א חילוק פון א בדחן וואס מיינט באמת א סטענדאופ, ער שטעלט זיך אויף רעדן, אזויווי יאנקל מילער, און א אקטיאר וואס מאכט לאכן מיט זיינע תנועות.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:50 pm
דורך zurich
רוב מאל ווען איך ליין דא ווער איך נישט נייגעריג ווער ס'שרייבט וואס, דאס הייסט איך בין נישט נייגעריג וועלכע מין מענטש ליגט אינטער די ניק! אבער ס'דא געוויסע ניקס וואס זענען אזוי קאלירפולל מיט זייער דעות אז איך ווער נייגעריג, ווער ס'ליגט אינטער דעים, און איינער פון וועים איך בין זייער נייגעריג איז דו מיסטער פינטעל, פון איין זייט זעהסטו אויס ברייט, אויפגעקלערט, פון די צווייטע זייט מצומצום, איין מאל זעהסטו מיר אויס גאר א שארפער א קנאי א רבי זעליינו יוד! בקיצור איך בין געפערליך צומישט!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:50 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה מיינסט דעם וואס מען רופט "מענדא"?
וואס איז א סטענדאופ?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:55 pm
דורך מנשה לוסטיג
די קעפל איז 'ווער איז די בעסטע'..
איך זע א פאקט, אז על טעם וריח אין להתווכח, קען זיין אז אויף דעם איז אויך נוגע די 'אין להתווכח', ווייל די זעלבע בילד צו קליפ, זענען דא וואס קאכענען זיך פאר געלעכטער, און א צווייטער זאגט ס'איז קארני..
[ס'קען זיין ווער ס'זאגט ס'קארני טוט עס אלץ ניצחון פרטי.. אבער קען זיין אז ס'נישט פאר זיינע מילצן.]
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:מנשה מיינסט דעם וואס מען רופט "מענדא"?
וואס איז א סטענדאופ?
http://en.wikipedia.org/wiki/Stand-up_comedy
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:46 pm
דורך shem-tov
א געשמאקער אשכול כוויל עס נישט אפקילן אבער איינער האט בטעות פארגעסן צו זאגן שכח פארן פותח האשכול, וואס איז מכלאמפערשט א צווייטער, פארן אים אויסרימען. ממילא איז קלאר ווער סאיז דער וואס גלייכט דעם ערשטן דערמאנטן בדחן וואס א מינוט האט ער אים יא געהערט און א מינוט נישט. סרופט זיך גלייכען-זיך-זעלבסט. מען פרעדיגט דאס אסאך ביי די האגער און ביי די להשיג שעורים. דער עולם פאלאוט מיך...
עני וועי. איינמאל הער איך ביי א חתונה ווי א יוד גייט צי צום בדחן נאכן אויסגראמן א מחותן און אים מאכן וויינען צוזאמען מיטן עולם. וואס איז דא א לוי', וואס איז פשט פון די הספדים. זאגט אים דער בדחן הער אויס, אמאל האבן די רביס געדארפט מאכן וויינען דעם עולם און בדחנים פריילעך, אזוי ווי די רביס האבן זיך גענומען צו בדחנות מען קוקט יעדע וואך אין די פיקטשער ביכלעך, און יעדער נארמאלער מענטש שיסט פאר געלעכטער ווי אזוי די רחמנות'ער לייגען זיך צו'נער, האבן מיר איבערגענומען און מיר מאכן דעם עולם וויינען... גאנץ פיין געזאגט
מרדכי הערש הערקאוויטש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:14 am
דורך טיטאניק
וויפיל מאל דער זיסער באטשי האט מיר שוין געמאכט לאכען, אוי זאל א ברכה'לע ריען אויף זיין קעפעלע
נעמט יא געלט נעמט נישט געלט, איין געשפעט האב איך
דער איד האט פרייליך געמאכט אידען? קימט עם אלעס!!!
ר' מרדכי הערש עלה והצלח,
קאווע שטיבלער ביטע נעמט דעם קי באורד און לייגט ארויף נאך משמחים און בדחנים, נישט קיין נפק"מ צו מקבל אדער לא מקבל פרס
און שרייבט מער וועגען זיי
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:34 am
דורך zurich
יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:46 am
דורך טיטאניק
zurich האט געשריבן:יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו
איך האב געקויפט די סידי "אונטערען שריפט", און דער ר' מרדכי הערש איז דארט מככב עפעס אויסטערליש גוט
דער האט באקימען דארט א נייער פארטנער, איינער וואס הייסט לאנגסאם, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער עם? ווער איז דער? מה טיבו?
איך האב ציגעלייגט א בילד פון דער לאנגסאם, ער איז געווען די לעצטע וואך אין "די וואך"
אפשר וועט ר' מנשה וויסען מער דיטעילס, דער זעט מיר אויס ווי א שטיקל שמעלצער מיט זיין עקטען (מיין ווייב זאגט אז דער לאנגסאם עקט פינקט ווי די שמעלצער שוועסטערס וועלכע קימען מהנה זיין דעם עוילעם אין אם בישראל קימפעטארין היים סקווירא)