נעמען די משפחה אין מקוה ער"ש
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:40 am
ווייסט איינער פשט אין נעמען פיצלעך אין מקוה ערב שבת?
איך מאך נישטקיין גוזמה, דער וואך א שעה פארן זמן רוקט זיך אריין א יונגערמאן אין מקוה, מיט פינף חברה, די יונגסטע האט געהאט א טזומי אין מאל, (ווען כהאב נישט קיין מורא אז מוועט מיך חושד זיין אויפן ערגסטען כאפ איך א בילד) די מקוה איז געווען געפאקט אזוי ווי שבועות פארטאגס פארן נץ, פארשטייט זיך ער האט נישט געטראפן פינף פארקינג ספאטס צוזאמען, האט ער באפוילן זיינע גרעסערע קונדער (גיל 7-8) זיך אליין צו טרעפן א פלאץ, ער מיט די קלענערע געבן א בליק אויף מיר, סאיז מיר קאלט געווארן אין די ביינער, איך מאך זיך תמוואטע אבער סהאט מיר גאנץ וויניג געהאלפן, זיי האבן זיך אריין געקוועטשט אויף א האלבע פלאץ לעבן מיר,
די קליינע הייבט זיך אן אויסטוען אזוי ווי ספאסט פאר א קליין קינד, איין שיך אויפן באנק אויף מיין פרישע וועש, די צווייטע שיך אין מיטן דורכגאנג, פארשטייט זיך א רגע שפעטער איז די שיך נישט געווען בנמצא,
גייט נישט אדורך קיין רגע אין די עלטערע קונדער קומען צי גיין, "טאטי כקען נישט טרעפען קיין פלאץ", אין די אנדערע אז ער האט פארגעסען זיין העמד אין די היים, זאגט די טאטע כרחם אב על בנים, נאו פראבלעם קום דא אויפן שטילע אינגעררמען'ס קאפ, ער טאנצט ארויף אויפן באנק לייגט זיין שמוציגן העמד אויף מיין רעקל, א כלל דער קינד טוט זיך אויס ווי ביים טאטע אין וויינגארטען, די גאטשע אויפ איין הענגער איין זאק אויף צוויטען הענגער די אנדערע זאק אויפן דריטען אין אזוי ווייטער, מיין פלאץ איז געגאנגבט געוווארן ווי א אויגן בליץ אבער פארפאלען, איך ווארט ביז זיי גיין אינער בור אין אדערוויל נעם איך האלב וועג צירוק מיין פלאץ,
שוין איך פיהל מיר א גביר נאך אריבער ריקן זיין ברוינע גאטשע פון מיין געביגלטע פריש העמד, אקיצור איך וויל מיך גיין טובלן קום אן צום בור שטיין 5 קינדער אויסגעשירעט אוין טרעף אראף צו גיין און בור אין פלאטשקענען מיטן וואסער מיט די פיס, פרייען זיך כאילו זיי האבן געווינען די נעכדיגע מעגא מילין לאטרי, אקיצור די אראנגאנג צום מקוה איז פארשטאפט, וואס קען מען טוען? עפעס א מאמע דארפן האבן אפאר מינוט מנוחה אין געשיקט די משפחה אין מקוה
בלית ברירה שלעף איך זיך צום קאלטן בור מיט אפאר זקנים, נאכן ארויס קומען פון דארטן ווי די יודען אין אוישוויץ איך ווארף מיך פאר קעלט איך לויף צום שאוער'ס, האפנדיג די קינדער האבן נאכנישט געהיי-ז'עקט די שאור'ס אבער האהאה, זיי זענען דא בעה''ב, די פאן הייבט זיך אן, קינד א' טאטי איך דארף שעמפו. קינד ב' טאטי די וואסער איז צו קאלט. קונד ג' טאטי די וואסער שטעכט מיך, קונד ד' האט נאך נישט גענדיגט די שי' טבילות, אין קונד ה' קוטנט נאך אין בור,
דער אינגורמאן הייבט אן מאכן סדר, ''נעם שטילע יונגערמאן'ס שמפו פון דארט, ריק די הענטעל לינקס וועט עס ווערן ווארמע, קום אהער איך וועל דיך אפזייפן''
שוין איך טראכט צו מיך א כפרה מיין שאוער כוועל נעמען אין די היים לאמיך כאפן מיין פלאץ פאר די חברה רוקן זיך אן,
איך טוע מיך שנעל אן, איין קינד רוקט זיך אן מיין האנטוך איז געווארן זיינס
ער טוט אן זיין ברודער'ס אלטע קאטשע ביידע פוס אין איין לאך, די אוטערהעמד אויסגעדרייט די העמד יעדער קנעפל פארמאכט פאלטש, זאקן האט ער גענומען איינס מיינע אין די צווייטע זוכט ער נאך יעצט,
די טאטע רוקט זיך אן אין זעהט וואס איך מאך מוט זאגט ער ''סארי, מיין ווייב דארף אפאר מינוט פאר זיך!''
איך פארשטיי נישט וועגען דעים דארף יעדער ליידן? אפשר איין מאל א חודש ווען זי גייט זאל זי אויך נעמען אלע קינדער? זי צאלט אריינגאנג די האסט דיך אריין געכאפט מיט מיר?
איך בין ארויס געלאפן פון מקוה האלב אנגעטוען אין גענומען א שאוער אין די היים, מער גיי איך נישט אין מקוה ערב שבת