בלאט 1 פון 1
וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון יאכנע-טאון
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:28 am
דורך gami
כבוד החברים פה, תשועה ברוב יועץ.
אינז זעמיר א גרופע פון 40-60 א"ג היימישע יונגעלייט אין די עלטער 27-35, וואס זיכען א שטיקעל אנדערע לייף סטייל פון די וואס אונז זענען אויפגעוואקסן, אונז זיכען זיך מסדר צו זיין אין א שטילע רואיגע געגענט אוועק פון די גערידער און פרעשור'ס פון די שטאט און אירע יאכנעס, א פלאץ וואו מוועט זיך קענען אפגעבן מיט די קינדער און די שטיב מיט אן הרחבה,
אונזער Vision איז א Vibrant community פון 2-300 משפחות פון מענשן וואס זענען נהנה מיגיע כפיהם און דארפן נישט צוקימען צו אנדערע, אויב מעגליך נאנט צו אן existing אידישע community, און ס'זאל זיין within like twenty minutes travel time צו בארא פארק און אירע institutions.
אונז זיך מיר נישט צו בויען די נעקסטע שיכון סקווער אדער אפילו בארא פארק, סאיז בכלל נישט נוגע וואו די future חברה זענען אויפגעוואקסן און וואו זיי באלאנגען, סאיז אונז נישט וויכטיג די מעגליכקייט צו האבן כפרות עיוכ"פ, אדער אפילו אייגענע מוסדות, די זאכן וועט מען קענען באקומען אין די שכינותדיגע געגענטער, די גאנצע וואס מיר דארפן איז, א פלאץ מיט easy access צו ברוקלין און אירע היימישע געגענטער, וואו מען קען פאר 500,000-750,000 זיך איינהאנדלען אן הרחבותדיג'ן דירה מיט א שטיקל קרקע, א ביהמ"ד און אפשר א grocery store, א פלאץ וואו ס'וועט זיין פראקטיש פאר איינעם וואס זיין גאנץ לעבן איז יעצט אין ב"פ אדער וומ"ס אן צו דארפן מאכן גרויסע שינויים (מוסדות, business).
אונז וועלן appreciate'n any suggestions, idea's, critic וואס איינער פון די חבירים דא טראכט קען אונז העלפן, אדער ס'איז כדאי אונז זאלן וויסן, ביטע פאוסט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:38 am
דורך שטילע אינגערמאן
סדא א גרייטע פלאץ פאר ענק, ויקרא שמו בישראל, סי-געיט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:53 am
דורך gami
סיגעיט איז היינט א retirement community, נישט אזוי?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:26 am
דורך גנדי
קומטס מיט יונגע חברה וועט מען אויפלעבן די פלאץ
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:55 am
דורך פרישער
ווי איז עס מרומז און ויעש להם בתים
עס זענען דא פילע געיגענטער ווי עס איז ביליג און נאנט, מען קען זיך שיין איינגלידערן, אויף אלע זייטן ארים ניו יארק.
לדוגמה ארויף לאנג איילאנד איז דא זייער שיינע געיענטער פאר ארויף דעים על איי אי וועסטע זעין ווי שיינע נייע געיגענטער קימען ארויף ווי שווארמען נאך א מבול, אויך און די נאנטע נו דזערזי איז דא שטחים וויפיל די ווילסט, ווי פעסעיק, און ארויף, אדער אפילו נוארק איז אפילו שוין דא בתי מדרשים, הייזלעך זענען דארט כמעט בחינם, מחמת שחורים שבהם, אבער אז מען גייט דארט מיט א גרופע רייניגט זיך עס אויס און נול טיים, וואס איז און סטעטן איילאנד הערליכע אידישע געיגנט וואס גוסס'ט,
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:16 am
דורך קאווע טרינקער
גוטע פלאן,
וואס וועט זיין מיט גילוי?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:25 am
דורך gami
ווער גוסס'ט? מ'הייבט הערשט אן, אויב גוסס'ן האף'ן מיר בקרוב צו גוסס'ן פון ב"פ.
די מערסטע פראקטיש דערווייל זעהט אויס סטעטען איילענד צוליב די נאנטקייט, איז דא עפעס אין יענע דירעקציע חוץ פון דעם?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:27 am
דורך gami
eloberate on גילוי פליס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:46 am
דורך gami
לענינינו א quote פןן חבירינו גנדי איו א שכינות'דיגן פארום
מען דארף וואוינען אזוי ווי אינדערהיים פארשפרייט אין אלע שטעט.
היינט צוטאגס איז טויזענט מאל גרינגער!
ס'איז דא טעלעפונס - צו רופן יעדן טאג די מאמע פרעגן וואס צו מאכן פאר נאכטמאל
ס'איז דא UPS - אויב מען ווילן שיקן פרישע חלות וואס מען האט געמאכט
ס'איז דא טעקסט מעסעדזש - צו שיקן לשון הרע'ס
ס'איז דא פיקטשער מעיל - צו שיקן א בילד פון די נייע סטרעדשי פרעגן אויב עס איז CUTE
ס'איז דא עמעזאן פולפילמענט - מען קען האבן פרנסה ווי אימער
ס'איז דא אינטערנעט - צו קענען מיטהאלטן מיט אלע צימעס וואס מען קייעט איבער אין מקוה - אדער מיהאלטן די RCCS AUCTION
ס'איז דא קארס - צו קענען קויפן און צוריק טראגן די עיר קאנדישאנס צו וואל מארט
ס'איז דא עירפלעינס און מיילס - צו קומען צו פליען צו יעדע אפפשעררן THEME ברעיקפעסט
ס'איז דא SKYPE - צו קענען ווייזן די אריגענעלע משלוח מנות וואס מעטשט צו די קאסטיומס
ס'איז דא פעקס מאשינען - אויב מען ברויך צו חתמ'נען די תקנות פון די צענטראלע קהלה
ס'איז דא קול מבשר - צו וויסען אז א פארשוין האט געקוקט בייזוויליג אויף א איד מערטיל קארנער דיווישאן
ס'איז דא YOUTUBE - צו קענען מיטהאלטן די גהויבענע מצוה טאנצען
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:52 pm
דורך gami
ווייסט עמיציר עפעס וועגן מארין פארק?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:16 pm
דורך קרעקער
פינקט יעצט דעס געשריבען אין א אנדערע אשכול
סאיז דא וואס האבען ליב די סיטי לייף און ווילען נישט פארען וואוינען אין א דארף
זיי קענען אבער נישט עפארדען צו וואוינען אין די היימישע וויליפעסט און ב"פ וואס איז טייערער די ריל עסטעיט פין מענהעטען
אבער אפילו אין די סיטי קען מען טרעפען גענוג און נאך ביליגערער געגענטער
מדארף זיך אנהייבען אהין צי ארויס מופען נישט בלייבען סטאק אין די היימישע געגענט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:05 pm
דורך יאיר
אין קווינס זענען דא שיינע און רואיגע געגנטער. ס'איז אבער מסתם טייער.
כטרי ועוד, אין ניו דזשערזי איז דא הערליכע סובאבארבס. מיין חלום.
וואס איז די פלאן וועגן מוסדות? שיקן יעדן טאג קיין בארא פארק?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:07 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יאיר האט געשריבן:סובאבארבס.
מיינסט זיכער ''סובארבס''
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:09 pm
דורך פישלע העררינג
ברור כשמש אז די גרויס שטעטישע מוסדות וועלן נישט אננעמען די קינדער פון די "פליטים".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:19 pm
דורך days
איך וואלט מציע געווען פאר א יושוב יאנקערס... נאנט צו מאנהעטען, נישט ווייט פון ווילי בפ, א שיינע רואיגע געגענט, בתי מדרשים מקואות, און ועל כולם ריעל עסטעיט דארט איז אפסטעיט פרייזן, מקען דארט קויפן ריזיגע שיינע הייזער פאר 180 דאלער א סקפ...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:39 pm
דורך gami
אויב רעט מען פון א פלאץ ווי סטעטן איילענד, דאנסמאל איז די פלאן עט ליעסט פון אנפאנג צו שיקן די קינדער וויטער קיין ב"פ
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:48 pm
דורך gami
פאר אינז יונגעלייט מסודר אין ב"פ זעהט אויס סטעטען איילענד אביסעל לייכטער ווי יאנקערס, און ס'איז דאכט זיך א ביסל שענער און סעיפער אין ס"א הגם טאקע טייערער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:51 pm
דורך gami
יאיר וואס סטאפט דיר פון pursue'n דעם חלום, אפשר טשעינז מיר דיירעקשאן אויב מקען מיר דיר האבן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:39 am
דורך שמעקעדיג
מוסדות. מוסדות. אויב נאר מוסדות איז מסודר איז דאס איבריגע בלויז א פראגע פון צייט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:02 am
דורך חביבי
איך שעם זיך צי רעדן פין דע נושא איך פול מיך ווי א אויסגעבלאזענע טישא מען האט שוין טויזענט מאל גערעדט פון דעם אין בית מדרש. אין מקוה. ביי חתונות. תנאים. בר מצוה. שבע ברכות וואכנאכט אא׳׳וו עס איז א אויסגעקראכענע נושא ווי מען קומט אין ערגעצט נישט אן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:40 pm
דורך לבי במזרח
חביבי האט געשריבן:איך שעם זיך צי רעדן פין דע נושא איך פול מיך ווי א אויסגעבלאזענע טישא מען האט שוין טויזענט מאל גערעדט פון דעם אין בית מדרש. אין מקוה. ביי חתונות. תנאים. בר מצוה. שבע ברכות וואכנאכט אא׳׳וו עס איז א אויסגעקראכענע נושא ווי מען קומט אין ערגעצט נישט אן
אבער פארוואס טאקע? אויב די מוסדות אישו איז רעזאלווט, פארוואס טאקע זאל אס נישט גיין? אפשר ווייל אזוי ווי gami זוכט יעדער 2-300 משפחות וואס מן הסתם ביי דעם שטעלצעכעס אפ.