בלאט 1 פון 1

ועל נסיך שבכל יום עמנו

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:05 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער באשעפער טוט נסים מיט יעדן פון אונז יעדן רגע פון יעדן טאג. ספרי קודש רעדן ארום באריכות אז יעדע מענטש זאל אריינטראכטן וויאזוי זיין טאג גייט אריבער וועט ער טרעפן אויף וואס צו דאנקן השי"ת. חוץ פונעם על נשימה ונשימה און אנדערע זאכן וואס מ'טראכט שוין נישט אריין וויפיל מ'דארף דאנקען דערויף ווייל מ'איז שוין צוגעוואוינט אז אזוי קומט עס.

בשייכות צו דעם דארף מען זיך אויסארבעטן וויאזוי מ'נעמט אויף געשענישן וואס זען אויס שלעכט און וויאזוי מ'נעמט עס אויף וואס קען אפזיגלען דעם טאג ווי א דורכגעפאלענער. איז געווען ערגעץ געדרוקט א אינטערעסאנטע מעשה וואס ברענגט עס מורא'דיג גוט ארויס נישט דוקא א חדשות. דערציילט יענער אז ער טוט אין ריעל עסטעיט ער איז געגאנען קוקן איינע פון זיינע בנינים און אויך איז ער געגאנגען ארויסנעמען געלט פון בענק 40 אלפים ער האט עס אראפגעלייגט אויפן פאדערשטן זיץ אונטער א שטויס דאקומענטן און סידיס און נאכדעם איז ער צוגעפארן צו זיינע הייזער. אזוי ווי ער קומט צוריק איז עם שווארץ געווארן צו זען זיין קאר פענסטער אויפגעשאסן ער גייט צו ציטערנדיג וואס ס'ווארט עם אפ צו זען זיין געלט פעלט. ווי איבעראשט איז ער געווען ווען ער זעט ווי דו סידיס און נאך פאפירן פעלן אבער דער ענוועלאפ מיט געלט איז אומבארירט! ער האט נישט געקענט קומען צו זיך פאר שמחה און אויפן וועג אהיים האט ערפארציילט פאר יעדן דע "נס" וואס מיט עם איז געשען אז מ'האט צושאסן זיין קאר און בארויבט אבער דאס געלט האט מען נישט צוגערירט!

פלוצלינג האט עם דער באשעפער אריינגעגעבן אין געדאנק. וואס וואלט געווען אויב דער מעשה וואלט געווען א טראפעלע אנדערש?? ער וואלט נישט געגאנגען קודם צום באנק נאר קודם צום בנין. און ווען ער קומט צוריק און זעט זיין פענסטער צושאסן און פאפירן בארויבט וואלט ער דאך ארויס פון דע כלים! וואס הייסט? צו פיקסן דעם פענסטער קאסט עטליכע הונדערט דאלער! און שאפן קאפיס פון פאפירן און נאך וואס אלעס וואלט געקאסט צייט און טירחה. אזא טאג וואלט געווען אן אנגעזעצטער! און פארוואס איז יעצט אנדערש? יעצט איז עס גאר א מזל'דיגער טאג פארוואס?
נאר דער תירוץ אז ס'מעג זיין א געלט שאדן א רויבעריי , א צובראכענע קאר. אויב איז דא קעגן דעם 40000 אומבארירטע דאלער איז אלעס גארנישט קעגן דעם!!

ווען א מענטש גייט דורך אמאל שווערקייטן און ער טראכט פון דע "גוטע פארגעסענע" זאכן וואס דער באשעפער גיט עם בכל יום ובכל עס ערב ובוקר וועט ער אלעס אנדערש אויפנעמען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ובכל "עת" נישט "עס". ס'איז אבער א גוטע טעות ווייל דער באשעפער שפייזט אונז מיט נסים אויך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גיטע פוינט, די סקווירא גליון הליכות חיים האט געדריקט די מעשה,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:26 pm
דורך דער (פינטעל) איד
היינט אליינס האב איך אריינגעטראכט וואסערע גרויסע נס איך האב געהאט. איך בין אדורך געלאפן א זייער ביזי אינטערסעקשען גאס ממש א מינוט דערנאך ווען איך בין שוין געווען אויף די אנדערע זייט איז א פלייץ פון קארן און טראקן דורכגעפלויגן יענע סעקשאן איך וויל נישט טראכטן וואס ס'וואלט מיט מיר געשען אויב איך וואלט נאך דארט געשטאנען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער עולם ווערט געבעטן אנהייבן טראכטן און זיך פארטיפן און דערשמעקן און עס דערטאפן און עס אפגעפונען און דערנאך עס מיטיילן דא מיט יעדן. (אלע ניסים)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:36 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אזא אומווירדיגע תגובה דארף אסאך מחשבה. אם אין אתה יוצא בגיני צא בגין אשתי ואם אין אתה יוצא בגין אשתי צא בגין בני ובנותי. וואס דארפן זיי ווערן פאר'אבל'ט ווייל די גלייכסט מיר נישט? זייער זייער נישט שיין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לאור וואס איך זוך דא אין דעם אשכול צו טראכטן נאר פאזיטיוו. פארשטיי איך נישט וויאזוי איך האב דיר אזוי שלעכט פארשטאנען. איך בין זיכער האסט געמיינט צו זאגן אז א קאר וואלט מיר איבערגעפארן און ס'וואלט געווען ניסים גלויים אז איך וואלט ארויס אומבאשעדיגט. דאס איז קלאר אז דער נס וואלט געווען מער ניכר און וואלט געברענגט מער אהבת ה' פאר אלע וואס וואלטן געהערט דערפון.

דארף איך דיר איבערבעטן פארן דיר דן זיין לכף זכות מיט דיין תגובה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:57 pm
דורך דענקער
אווי יענער וואס האט געבענטשט גומל ווייל זיין ווייב האט אויסגעקלאפט זיינע הויזן און עס אויסגעהאנגען אויפן גאניק אויסלופטערן. א נס אז ער האט פונקט נישט אנגעהאט די הויזן בשעת מעשה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:גיטע פוינט, די סקווירא גליון הליכות חיים האט געדריקט די מעשה,

טאקע א חידוש. מ'געט קרעדיט פאר'ן באשעפער, כביכול, און נישט פאר די רעבע! אבער דאך. עפעס א שמועס פון אד"ש. געגעסן פעירעס, געשמועסט פון די טאאאטע. (בחטף קמץ( :roll: :twisted: :oops: :P

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:17 am
דורך days
געהערט אמאל א בעל דרשן האט מעורר געווען אז מ'וואלט ווען געדארפט עפענען א עקסערע קול מבשר זאל ברענגען אלע גוטע נייעס וואס דער אייבירשטער טוהט
און אויף אלע טראגעדיעס וואס וואלט געקענט געשעהן נאר דער אייבירשער האט עס פארמיטן...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:40 am
דורך דער (פינטעל) איד
דענקער האט געשריבן:אווי יענער וואס האט געבענטשט גומל ווייל זיין ווייב האט אויסגעקלאפט זיינע הויזן און עס אויסגעהאנגען אויפן גאניק אויסלופטערן. א נס אז ער האט פונקט נישט אנגעהאט די הויזן בשעת מעשה.

viewtopic.php?p=169630#p169630

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:16 pm
דורך דער (פינטעל) איד
היינט האב איך געהאט א נס גלוי. איך בין מקפיד צו דאווענען מיט מיין שטענדיגע מנין פון 7.10. איך האב געשפעטיגט מיט גאנצע 20 מינוט איך בין אבער אנגעקומען אין צייט ווייל דער בעל תפילה קבוע האט אויך פונקט געשפעטיגט!
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:26 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:היינט האב איך געהאט א נס גלוי. איך בין מקפיד צו דאווענען מיט מיין שטענדיגע מנין פון 7.10. איך האב געשפעטיגט מיט גאנצע 20 מינוט איך בין אבער אנגעקומען אין צייט ווייל דער בעל תפילה קבוע האט אויך פונקט געשפעטיגט!
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

איך האב געהאט היינט א נס (אן עס). ווייל מיין ווייב האט פונקט געבאקן טשיז קעיק. און איך גלייך צו עסן טשיז קעיק. :lol: :x :P :oops: :roll: :D

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:29 pm
דורך דער (פינטעל) איד
זי האט דאס ערשטע מאל געבאקן ? האט זי דען נישט געוויסט אז דו האסט עס ליב? דער בעל תפילה האט נישט געוויסט אז איך שפעטיג און ער שפעטיגט נישט געווענליך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:33 pm
דורך berlbalaguleh
:lol:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:זי האט דאס ערשטע מאל געבאקן ? האט זי דען נישט געוויסט אז דו האסט עס ליב? דער בעל תפילה האט נישט געוויסט אז איך שפעטיג און ער שפעטיגט נישט געווענליך

:lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:24 pm
דורך דער (פינטעל) איד
היינט האב עך געהאט א מופתדיגע נס. איך בין אריין אין בית המדרש לערנען נישט וויסענדיג אז דער רבי פון דארט פירט טו בשבט טיש און ער האט פונקט געהאלטן אינמיטן ווארפן עפל ער האט אזוי שטארק געווארפן ווען איך בין אריין און ס'האט געלענד איין עפל אויף מיין נאז ארויף מיט א שטארקן כח איך האב גלייך פארלוירן דאס באוויסטזיין. הצלה האט מיר אריינגעפירט (אבאט טיים הא?) און דער דאקטאר האט געזאגט אז איך האב געהאט גרויסע ניסים ווען ס'פאלט ווען ערגעץ אנדערש ווי ער נישט טראכן וואס ס'וואלט געקענט געשען.
איינער זאל מיר נאר זאגן אז אן עפל א דעי קיפס דע דאקטאר עוועי. איך וועל עם פאנטשן אין זיין נאז!

חסדי ה' אזכיר תהילות ה'.