ליבון חברים - ערמעגליכן א צווייטן צו זאגן א מיינונג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:08 am
[justify]אין מיין קאווע בלעטער אשכול, האט [tag]מאראנצןזאפט[/tag] מיך מעורר געוועהן איבער א חיסרון וואס איז דא אין "קאווע בלעטער" לעומת "קאווע שטיבל. נעמליך, כלשונו הזהב: "דער קיום פון אונזער שטיבל איז פון דעם וואס מ'קומט דא אריין ווען דער נייגער איז גובר א בליק טון אויב ס'דא פרישע חומר, און אזוי איז מען מגיב און סווערט א גלגל." אין אנדערע ווערטער, מאראנצןזאפט האלט קלאר אז לייענען אליינס פאר זיך א מיינונג אדער א געדאנק פון איינעם, אן געבן דער געלעגנהייט פאר א חבורה עס דורכצוטוהן, קומט נישט צו דער ערך פון ליבון מיט אנדערע, ווי יעדער האט אן אנדערע דעה, און מתוך שזה בונה וזה סותר איז עס פיל אינטרעסאנטער און זאפטיגער צו לייענען.
דאס האט מיך געמאכט טראכטן איבער מגידי שיעור מפורסמים בעולם הבעלי בתים, וועלכע האבן במשך די יארן מער מצליח געוועהן ווי אנדערע. און כ'קלער, לאור דברי מאראנצןזאפט, אז עס קען זיין אז די דאזיגע מגידי שיעור האבן צוגעלאזט אז בשעת'ן שיעור זאל זיך אנטוויקלען א שמועס צווישן די מקשיבים, און אזוי איז געוועהן "עקשאן" ביים שיעור וואס האט צוגעצויגן די נייגער פון די צוהערער. עס זענען פאראן מגידי שיעור וואס לאזן דעם עולם מיטזאגן, כדוגמת הרב טורנויער זצ"ל פון שומרי שבת, וואס איז געוועהן זייער אינטרעסאנט ווייל מען האט אויך געקענט אריינפרעגן. זיין שיעור איז טאקע געוועהן א יחיד במינו.
אזוי אויך, זענען דא ספרים וואס זענען מער נתקבל געווארן, וואס - אף שקטנם עבה ממתני (אגב, איך האב ערשט לעצטענס באגעגענט דעם אויסדרוק אין דברי הימים, און עס איז מיר געוועהן א חידוש צו זעהן אז דער וועג וויאזוי מיר זאגן עס איז א מליצה, ווען באמת שטייט דארטן פונקט פארקערט: קטני עבה ממתנו!) ומי אנכי צו זאגן א מיינונג איבער הוד כבוד קדושתם - עס קען זיין אז צוליב דעם וואס זיי האבן צוגעלאזט א געשפרעך הין און צוריק האט עס צוגעצויגן די נייגער און אינטערעסע פון א גערעסערע פאבליקום. א גוטע משל וואלט אפשר געוועהן דער קצות החושן מיט דער נתיבות. די צוויי ספרים זענען געקניפט און געבינדן אפאר מאהל, דער קצות שרייבט, דער נתיבות עטפערט אפ, דער משובב נתיבות פארענטפערט זיך, און די הגהות מכתב יד פונעם נתיבות שלאגן עס אפ, וכן הלאה. נאך אזא משל וואלט אפשר געקענט זיין דער נודע ביהודה. א גרויסע טייל פון זיינע תשובות זענען גאר היסטאריש, ווי ער באשרייבט גענוי די סיפור הדברים מיט אלע דעטאלן, און מיט א גוטע שפראך ברענגט ער ארויס די נקודות פון זיין בר פלוגתא, און נאכ'ן שרייבן זיין אייגן מיינונג דרוקט ער די תשובה נגדית וואס איז אנגעקומען, און ער רעכענט זיך מיט די תשובות פון זייטיגע רבנים וואס האבן איהם געשריבן זיך אנצונעמען פאר איהם אדער פאר זיין בר פלוגתא, און אזוי ווי מען זעהט אלע צדדים, מ'האלט מיט לעבעדיג ווי "ס'טוהט זיך", שאפט עס א גרעסערע אינטערעסע.
מען קען מן הסתם מאריך זיין אין דעם ענין, אבער קודם האב איך געוואלט אראפשרייבן דער געדאנק וואס מאראנצןזאפט האט מיך געשאפן אין קאפ.[/justify]