א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)

שליחה דורך חקרן »

א גוטן טייערע חברים.

אין די לעצטע טעג האבן זיך צוזאמענגענומען עטליכע חברים, היסטאריקער און פארשער, וואס זענען ערנסט אינטערעסירט און גרייטן זיך אראפצופארן קיין עיראק, קורדיסטאן והגלילות, זיך צו באקענען פון די נאנט מיט די היסטאריע פון אונזערע זיידעס, היסטאריגע פון אידישקייט און אידישע אינטערעסן אין יענע געגנט. צווישן אנדערע וועלן מיר באזוכן 'אור-כשדים', כותא (די שטאט פון אברהם אבינו), מגדל בבל (דער בנין פון דור-הפלגה), די היסטארישע בית-המדרש שב ויתיב, וואו טויזנטע אידן האבן דארט געלערנט תורה, צווישן זיי תנאים און אמוראים און לויט ווי די גמרא זאגט איז די שכינה פון דארט קיינמאל נישט אוועק. מיר וועלן בודק זיין די פלעצער, און באטראכטן די קראנטקייט פון די ערטער און וואו נאך עס זענען פאראן מעגליכע ערטער וואס האבן א שייכות מיט די תורה און אונזער היסטאריע. מעגליך אז מיר וועלן זיך דערוויסן פון שטעט וואו געוויסע אמוראים האבן געוואוינט, באזירט לויט די סימנים וואס ווערן דערמאנט אין די גמרא, און אפשר וועלן מיר געפינען אנדערע אינטערעסאנטע געפינסן.

פארשטייט זיך, אז אזא נסיעה איז נישט קיין לייכטע און נישט קיין באקוועמע, אבער די נאלעדזש און ידיעות וואס מ'קען קונה זיין דארט וועגן איבער אלע שוועריגקייטן פאר די דאזיגע וואס האבן אן אינטערעסע און האבי אין די סארט זאכן. דאס איז נישט געמאכט פאר אזעלכע וואס זוכן געשמאקקייט און באקוועמליכקייט, קיין כשר'ס איז דארט נישט פאראן (פאר די וואס זענען מקפיד) און עס פעלט אויס מיטצונעמען א לעבל ברויט מיט א קען טונה וואס זאל קלעקן אויף די גאנצע צייט, ווי אויך איז שבת נישט אזא באקוועמע צייט דארט. בכלל איז אין יענע מדינות זייער פרימיטיוו, נישט פאראן דארט די באקוועמסטע ערטער צו שלאפן. בנוגע דאס פארזיכערטקייט פונעם ארט, פאר א איד איז זיכער מסוכן דארט און מען מוז ארומגיין פארשטעלט ווי אן אראבער, אדער מינימום ווי א פאלנער גוי א טוריסט. מען מוז קענען לפחות ענגליש, צו קענען קאמיוניקירן מיט מענטשן און נישט ווארפן חשדות. פאר א פחדן איז עס זיכער נישט געמאכט, פאר ווער עס האט קאראזש און איז נישט קיין פוילער מענטש, און איז אינטערעסירט אין אידישע היסטאריע קען אזא נסיעה צונוצקומען.

פארוואס דערצייל איך די נייעס דא?
דער פראבלעם איז, אז כדי צו קענען אריינקומען לעגאל אין צענטרל עיראק אלס טוריסטן, דארפן מיר זיין גענוג א גרויסע קבוצה דערצו. לעת עתה האבן מיר נישט גענוג מענטשן דערצו און מיר ווילן נישט פארן אינאיינעם מיט גוים, וויבאלד מיר פארמאגן א געמיינזאמע מטרה צו פארשן אידישע היסטאריע. ווי אויך קענען מיר באשטיין לכתחילה צו פארן מיט מנין, וואס דערווייל האלטן מיר ווייניגער ווי דעם. מיר זענען אבער נישט געמאכט פאר מענטשן וואס זוכן סתם ארומצופארן א וועלט, מיר זענען נישט אינטערעסירט צו פארן פאר שוואוילטאג און מיר וועלן זיכער מאכן וואס זענען די מטרות פון די וואס ווילן מיטפארן.

דעריבער ווענדן מיר זיך צום ברייטן ציבור; אויב זענט איר אינטערעסירט אין אזא נסיעה, ביטע זיך פארבינדן אין אישי, אבער נאר אויב איר זענט ערנסט-פאראינטערעסירט. ביטע נעמען אין באטראכט, אז מיטן זיך ווענדן צו אונז וועט איר באיזה שלב מוזן ארויסגעבן אייער אידענטיטעט. דעריבער, אויב ווילט איר זיך האלטן פרטי דא אין קאווע-שטיבל, מאכט אייך א נייע ניק, אדער ווענדט אייך אויף אימעיל:
chakran1234@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר