חן און איר פארבינדנטע (עטימילאגיע)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:52 pm
ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז פון אן עטימילאגישן שטאנדפונקט איז פארהאן א ווערטער פארבינדונג צווישן חן (כאריזמע), חנון (דערבארעמדיגקייט), חנינה (באגנאדונג), תחנה (געבעט), חנם (אומזינסט).
אין תנ"ך איז דער הערש, די אינד, א סימבאליזם פאר חן און פעמעניסטישע שיינקייט (דומה דודי לצבי או לעופר האילים, אילת אהבים ויעלת חן) די ווארט צבי ווערט אויך גענוצט בל' מושאל פאר שיינקייט ווי און געלוסטעניש (ארץ הצבי, הצבי ישראל על במותיך חלל).
חן איז א אייגענשאפט מיט וואס מאנכע זענען באשאנקן, וואס זייער געשטעל און באנעמונג רופט ארויס באצויבערונג, און שפיגלט אפ א געפיל פון שיינקייט, ליבשאפט, גענאדע, און רחמנות.
חן איז א חוט של חסד אויסגעצויגן אויפן פנים, און א צוציענדיגקייט אויסגעגאסן אויפן געזיכט (הוצק חן בשפתיו).
חן איז א וויכטיגער עלעמענט ביים בעטן פאר עפעס אויף וואס מ'האט נישט קיין זכותים
חן איז עפעס וואס קיצעלט דעם אינטעלעקט, ווייל די חן עלעמענט וואס טוט באגלייטן די מיינונג פונעם באחנ'טער מענטש טוט באיינפלוסן מער ווי פון א הויפן איבערצייגונג.
א באחנ'טער מענטש געניסט פון פעווערטיזם, און זיין מיינונג פארלאנגט איר אויפנאמע נישט בזכות עצמה נאר אלס א מתנת חנם,
שלמה המלך ע"ה האט שוין אויף דעם געווארנט שקר החן והבל היופי.