בלאט 1 פון 5
צורות פון פרויען
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:17 am
דורך פידלער
אפאר חדשים צוריק ווען איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל און מיך באקענט מיט אירע פארשריפטן, האב איך אויסגעפונען אז איינע פון די תקנות איז אז די ניקס טארן נישט זיין נעמען פון פרויען. יעדער איז וועלקאם צו שרייבן, אבער די ניקס מיזן זיין אדער ניוטראל אדער מענעריש. איך מיז זאגן אז איך בין געווען גאר impressed פון די תקנה. איך געדענק נאך די אלטע בלאגס ווי חסידים פלעגן זיך צוזאם קומען, און ווי אפט זאכליכע שמועסן פלעגן זיך פארוואנדלען צו איין שטיק נארישקייט, אין טייל ווייל די genders פלעגן זיך אדער אריינפארן אדער flirten. אוודאי זענען נישט אלע שמועסן צוגעקומען צו די סארט נארישקייט, אבער gender איז זיכער געווען אן issue אין דערנידערן די קוואליטעט פון גענוג און נאך שמועסן. דערפאר האב איך געפילט אז נישט ערלויבן פרויערישע נעמען קען שטארק העלפן צו די objectivity און intellectual honesty אין די שמועסן דא.
גאנץ אנדערש אבער האלט איך פון די תקנה פון פארווישן פרויען'ס פנימער.
איך האב נאך נישט געוואוסט דעמאלס (איך האב דאס אייגענטלעך נאר אויסגעפונען נעכטן) אז מ'האט דא געמאכט אן אנקעטע איבער יא אדער נישט ערלויבן בילדער פון פרויען. עס וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז אזא אינטעליגענטע גרופע ווי די וואס געפונען זיך דא זאל פאר א רגע נעמען אין באטראכט דאס נישט ערלויבן בילדער פון פרויען. איז דען דא אפילו איין מענטש דא וואס קוקט נישט אויף אנדערע סייטס? און איז דען נישט דא בילדער פון פרויען אויף יעדע סייט? און פון וואו נעמט זיך די גאנצע משוגעס פון מעקן פרויען'ס פנימער עניוועי? דאס איז א נייע מאדע, אויפגעטראכט אין די לעצטע generation.
לעצטנס האט מען דא חוזק געמאכט פון invitations וואס רעכענען נישט אויס נעמען פון באבעס. אבער די פארמעקן פון נעמען איז א דירעקט תוצאה פון מעקן פנימער. גארנישט שטעלט זיך נישט אפ. מיר מיזן אלץ גיין ווייטער און אלץ ווערן פרומער. איך וואלט געהאפט אז כאטש דא אין קאווע שטיבל וואלט מען געווען קלוגער פון די אומטראכטענדיגע קעלבלעך וואס supporten אזעלכע תקנות.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:22 am
דורך שמעקעדיג
די תורה האט נישט קיין מיינונג?
אז יענער טוט מעגסטו אויכעט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:27 am
דורך דער (פינטעל) איד
פידלער האט געשריבן:און פון ווי נעמט זיך די גאנצע משגעס פון מעקן פרויען'ס פנימער עניוועי? דאס איז א נייע מאדע, אויפגעטראכט אין די לעצטע generation.
ווען אין דע פרומע אידישע היסטאריע איז געווען פארשפרייט פרויען צורות פאר יעדן איינעם אויף פובליק פלאטפארמעס?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:46 am
דורך לעיקוואד
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:און פון ווי נעמט זיך די גאנצע משגעס פון מעקן פרויען'ס פנימער עניוועי? דאס איז א נייע מאדע, אויפגעטראכט אין די לעצטע generation.
ווען אין דע פרומע אידישע היסטאריע איז געווען פארשפרייט פרויען צורות פאר יעדן איינעם אויף פובליק פלאטפארמעס?
אין די צייטן פון די חומש, נ''ך, משניות, גמרא, ראשונים, און אחרונים.
אה, כ'האב פארגעסן, דאס איז נישט קיין חלק פון די פרומע היסטאריע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:08 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:16 am
דורך פרישער
עס איז געוועין קודם מתן תורה, יעקב נשא שתי אחיות,
איך שטים צי מיט די מיינונג נישט תי לאזן קיין בילדער אפיציעל, אים אפיציעל איז יא דא למשל אויב איינער לייגט א לינק וואס דארט איז דא א נאָש, איז מותר, אויב שפירט ער זיך גילטי, דאן לייגט ער אכטונג נשים, און איז באוויליגט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:17 am
דורך פידלער
מען האט אראפ גענומען די צורות פון שרה שנירער און חנה רחל ווערבערמאכער? You've gotta be kidding me!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:19 am
דורך דעת תורה
עס איז רעדאגירט געווארן דורך דיר איין מאל. מסתמא האסטו נישט געכאפט און עס בטעות אויסגעמעקט. געווענליך ווען א אחראי איז מגיה שטייט דאס אונטערן הודעה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:20 am
דורך מ גפני
שפתים ישק האט געשריבן:נ.ב. געrאדע, לאזט מען יא דא טייל נארמאלע בילדער. די בילדער פון ר' משה פיינשטיין'ס ווייב אין א קעמפ האב איך דא לעצטענס באגעגענט.[/size]
אה זי איז דאך א רביצין זי וואלט אפילו געמעגט טיילן מטבעות אין די האנט פון פרומע יונגעלייט
מיר האבען די זכי' אז מיר לעבען אין אזא דור דעה, פרו"ם
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:23 am
דורך טיטאניק
מיר זענען היינט פרומער פון יעדעם, א דור דעה, שענער פון אברהם יצחק יעקב, שענער פון די דור המדבר שענער פון יעדעם,
וואס הייסט? צי דען געדענקסטו א דור וואס א איד וואס איז אהיים פון שחרית האט ער געמיזט שווימען אין א ים פון פאשקעווילען וועלכע איז כל כולו קנאת ה' ריין לשמה?
דאס מיינט, אז אפילו אונזערע גאסען זענען הייליג, עס גיסט זיך דעם קנאת ה' בחוצות וויליאמסבורג אין בארא פארק, איין פנחס בן אלעזר האבען מיר? מיליאנען כולל יונגעלייט צייט שטופער'ס האבען מיר, ווען אויסער דעם כל כולו לשמו יתברך האבען זיי נישט קיין שום אייגענע נגיעה! מדריגות וואס אפילו די רבנים פון די היינטיגע דור דעה האבען נישט!
ווען איז דען געווען אמאל אזא דור? ווען? אזוי לויטער ריין, אן קיין נדנוד הרהורי עבירה, קנאת ה' לויטער ריין, אך,
איך האלט אז ווען משיח וועט קימען וועלען מיר מחזיר בתשובה זיין אלע תנאים און אמוראים, די סאטמארע קנאים וועלען טיילען שפיצלעך מיט שווארצע שטרימפ פאר די אמהות, די קנאים וועלען איין מאל פאר אלעמאל מאכען סדר דארט מיט די פרייע אבות ואמהות!
פוי, די פרעכע אמהות, די ווייבער פון דוד המלך, נו א שפיי, טפוי,
ס'הייסט אז עס גייט ארויסקומען א סידור מיטען נאמען "נוטרי הברית" ווי מען גייט ארויס קאטען די טריפה'נע נעמען פון די מאדערענע פריצות'דיגע אמהות פון די סידור, עס וועט נאר זיין דערמאנט מאנס פערזאנען
פידלער האט געשריבען א גוט ווארט: לעצטנס האט מען דא חוזק געמאכט פון invitations וואס רעכענען נישט אויס נעמען פון באבעס. אבער די פארמעקן פון נעמען איז א דירעקט תוצאה פון מעקן פנימ'ער. גארנישט שטעלט זיך נישט אפ. מיר מוזן אלץ גיין ווייטער און אלץ ווערן פרומער. איך וואלט געהאפט אז כאטש דא אין קאווע שטיבל וואלט מען געווען קלוגער פון די אומטראכטענדיגע קעלבלעך וואס supporten אזעלכע תקנות.
פידלער, איך זעה דו קענסט נישט די מאמר וואס די בעלזע יושבים (לייען: ליידיגע סעפערעיטעטע אידען, בעלי חובות, און פליטי צרות) האבען געזאגט "ווען א בעלזע חסיד מאכט זיך די מאדערנע קנעפלעך אויף די העמד, שמד'ט זיך א איד אין פאריז", ווייל כלל ישראל איז ערבים זה לזה,
דאס איז בעצם א אמת ווארט, און מען זעט עס דא בחוש, ווען אין קאווע שטיבעל מעקט מען די הייליגע צורות פון ערליכע אידישע פרויען, ווערן די ערב רב נאכגעשלעפט אין אין סקווער מעקט מען אויס די נעמען פון די טייערע זיסע באבעס, אין אין בעלזא קישט מען די האנט פון די הייליגע רעבעצין,
1 פיס אויף נאנן סענץ
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:24 am
דורך פידלער
דעת תורה האט געשריבן:עס איז רעדאגירט געווארן דורך דיר איין מאל. מסתמא האסטו נישט געכאפט און עס בטעות אויסגעמעקט. געווענליך ווען א אחראי איז מגיה שטייט דאס אונטערן הודעה.
א דאנק. אבער איך האב רעדאגירט נעכטן גלייךצוליב א ספעלינג מיסטעיק נאך איך האב געpost. היינט צופרי זענען די בילדער נאך געשטאנען.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:27 am
דורך דעת תורה
טיטאניק האט אויפגעטון א נייע סיבה צו בעטן פאר ביאת משיח צדקינו: מיר זאלן האבן די מעגליכקייט זיי מחזיר בתשובה צו זיין
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:27 am
דורך רויטע וואנצעס
איך גיי קאמפעטישן מיט KDC. איך ארבייט אויף א טעכנאלאגיע צו האבן א אוטאמאטישע female face blocker אזוי אז די בילדער קומען ארויס בלי מכשול. איך זיך אינוועסטערס, אונז גיימיר מאכן גרויס געלט!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:02 am
דורך רויטע וואנצעס
נאך א מזל ס'איז נישטא א היסטארישע בילד פון רחל אמינו, די פסוק זאגע זי איז געווען הערליך שיין.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:05 am
דורך פידלער
ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:11 am
דורך פידלער
גבאי שני האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:מען האט אראפ גענומען די צורות פון שרה שנירער און חנה רחל ווערבערמאכער? You've gotta be kidding me!
די בילדער זענען אראפגענומען געווארן דורך אן אחראי, אבער עס איז נישט געווען ריכטיג.
בילדער פון פרויען – בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט איבער דעם ביי איינער פון די מנהלים פאר'ן ארויפשטעלן. בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
איר קענט צוריקשטעלן די בילדער.
צוריקגעשטעלט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:11 am
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך גיי קאמפעטישן מיט KDC. איך ארבייט אויף א טעכנאלאגיע צו האבן א אוטאמאטישע female face blocker אזוי אז די בילדער קומען ארויס בלי מכשול. איך זיך אינוועסטערס, אונז גיימיר מאכן גרויס געלט!
שוין דא
http://www.koshercamera.com
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:12 am
דורך טיטאניק
פידלער האט געשריבן:א.
יעצט אז איך זע די בילדער, פארשטיי איך פארוואס מען האט עס אראפ גענימען
לייג א בילד פון רחל'ע אמינו וועסטי מער אויפטיען, ווייזען ווי א שיין פאלק כלל ישראל איז ב"ה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:15 am
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:21 am
דורך געפילטע פיש
און אינטערעסאנע זאך, קוקט אינעם
ארגינעלן אשכול וועגן בילדער פון פרויען, וועט איר זען אז אלע וואס האבן געשריבן קעגן בילדער פון פרויען זענען שוין ליידער נישט מיט אונז, כך היא דרכם של קיצוניים, זיי קומען בעטן טאלעראנץ, אבער נאכדעם זעמער נאך אלץ נישט געווען גענוג גוט פאר זיי.
איך מיין ס'שוין העכסט צייט צו ענדיגן די היפאקריטסווע, און געבן גלייכבארעכטיקייט פאר פרויען, אדער ערגסטענס איבערמאכן די אנקעטע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:36 am
דורך רויטע וואנצעס
ביסט זעכער די הונט איז נישט קיין פימעיל? זעהט מיר אויס אז יא, זי דארף אויך א בעג!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:38 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]געפילטע פיש[/tag], איך בין צומישט. רוב עולם האט דארט געשטימט אויף יא ערלויבן, פארוואס איז עס נישט ערלויבט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:52 pm
דורך berlbalaguleh