בלאט 1 פון 1
עול"ם - JCCSG בעט: ביטע שרייבט אונטער די פעטיציע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:47 pm
דורך עולם
טייערע אידן הארציגע ברודער, אידן רחמנים בני רחמנים!
מיר ווענדן זיך צו אייך מיט א בקשה פון טיפן הארצן. אין די זעלבע צייט וואס איר זענט פריש און געזונט, זענען אבער פארהאן פילצאליגע אידישע קינדערליך וועלכע גייען דורך פיינפולע מיטמאכענישן און פיין. צווישן זיי זענען פארהאן אידישע קינדער, טאטעס, מאמעס, און אינגע קינדערלעך וועלכע האבן צוליב סיי וועלכע אישו - ווי ליידנדיג פון די ביטערע מחלה, קראונס, קאלייטעס, און אנדערע פיזישע פראבלעמען, - געמוזט צוקומען צו א "אסטאמי", וואס דאס איז א זעקל! - דער פרעצעדור גייט צו אז דורך אן אפעראציע ווערט ארויסגעשניטן טיילן אדער פילע מאהל די גאנצע קישקע, אדער אנדערע קערפער טיילן - און אט דער 'בעג' טוט העלפן דער מענטש ארויסגיין.
די קאסטן פאר אזא בעג ציען אריין אין אסטראנאמישע סומעס, וואס זייער אסאך פון די פאציענטן ווערן אפגעזאגט דורך די אינשורענס-פירמעס וועלכע ווילן נישט צאלן דערפאר, וואס טראצדעם וואס ווען זיי צאלן ווען פאר די סופלייען פארן "אסטאמי" וואלטן עס זיי געשפארט אסאך געלט! וויבאלד א מענטש וואס האט נישט די ריכטיגע סופלייען קומט אן מער אפטער צו באזוכן אין שפיטאל, וואס דאס קאסט אין פאקט פאר די אינשורענס פירמעס אסאך מער געלט.
און אויסער דעם, ווען דער מענטש פארמאגט מיט זיך די ריכטיגע סופלייען דאן טוט דאס אים פיל פארגרינגערן אינעם טאג-טעגליכן לעבן. א מענטש אן די סופלייען געפונט זיך געווענליך איזאלירט און אפגעזונדערט פונעם מענטשהייט, און דערצו פארלירט ער זייער אסאך ארבעט שעה'ן.
דעם קומענדיגער יאנואר, וועט אי"ה אויפגעברענגט ווערן א 'ביל' אינעם ניו יארק אסעמבלי און דערנאך אינעם סענאט, וועלכע וועט פארלאנגען די אינשורענס פירמעס, אריינגערעכנט די אינשורענס פירמעס וועלכע ווערן געשטיצט דורך די רעגירונג, צו באצאלן פאר די וויכטיגע סופלייען.
דעריבער בעטן מיר זיך צו אייך פערזענליך: נעם אראפ איין מינוט פון אייער צייט, און שרייבט אונטער דער 'פאטיציע' צו די אסעמבלי לייט און סענאטארן אז זיי זאלן עס שטיצן, און אזוי ארום וועט איר בס"ד פארגרינגערן דאס לעבן פון אזויפיל אידישע קינדערלעך.
אונטערצושרייבן דעם פאטיציע קענט איר גיין צו:
Change.org: New York State Legislators: Support New York State Assembly Bill A8137 and Senate Bill S5937 requiring coverage of ostomy supplies in NYS. אויב האט איר נאך א מינוט, דאן שרייבט אויך אונטער דא:
GoPetition.com: New York State Ostomy Supplies Insurance Bill א הארציגען דאנק. אין דעם זכות זאלט איר און אייערע פאמיליע נישט וויסן פון קיין צער, און קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, נאר קענען לעבן געזונטערהייט אין פרידן.
מער אינפארמאציע קענט איר זעהן אויף
www.JCCSG.org
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:06 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ביי דע צווייטע לאזן זיי נישט סיינען נאר אויב מ'שרייבט אריין עפעס א קאמענט אין ליידיגע באקסל. זאג מיר וואס צו שרייבן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:37 pm
דורך עולם
שרייב סיי וואס...
למשל I support it
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
-
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:50 pm
דורך עולם
ס'איז דא אן אינטערוויו אויף די בארימטע "קול מבשר" טעלעפאון ליניע מיט הרב אלעזר דוד פאללמאן, אן אקטיווער באורד מעמבער אינעם עול"ם ארגענעזאציע, איבער דעם פעטיציע דרייוו
די אינטערוויו איז אויף זייער ליין 212-444-1100 און דריקט 1 נאכדעם נאכאמאל 1 און דערנאך 4.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 11:58 am
דורך עולם
ס'איז אריינגעקומען די גאר גוטע נייעס, אז סיי די סענאט און סיי די אסעמבלי האבן געשטימט לטובת דעם ביל, יעצט ווארט מען אז דער גאווערנער קאומאו יר"ה זאל דאס אינטערשרייבן און ס'זאל אריינגיין אין געזעץ!
מ'בעטן מיר אז ווער עס קען זאל זיך פארבינדן מיטן גאווערנער'ס אפיס און בעטן אז מ'זאל דאס אינטערשרייבן ווי פריער.
מ'קען שיקן אן אימעיל צו: legislative.secretary@exec.ny.gov
און שרייבן בערך אזוי:
Subject: NY Ostomy Supplies bill S7893/A10140
Message: I am writing to ask that you sign into law Assembly bill A10140 and Senate bill S7893/A10140 that concern the provision of more extensive insurance coverage for people who have undergone ostomy surgery.
אדער אנרופן אין אפיס אויף 518-474-8390
תזכה למצות
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 2:30 pm
דורך עולם
ס'איז דא אן אינטערוויו אויף די בארימטע "קול מבשר" טעלעפאון ליניע מיט הרב אלעזר דוד פאללמאן, אן אקטיווער באורד מעמבער אינעם עול"ם ארגענעזאציע, איבער די לעצטערע אפדעיטס.
די אינטערוויו איז אויף זייער ליין 212-444-1100 און דריקט 1 נאכדעם נאכאמאל 1 און דערנאך 4.
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 3:33 pm
דורך יין שרף
ב"ה די פעטיציע איז היינט דערהערט געווארן, און די
בילל איז אריבער אין די לעגיסטיווע סעסיע. טויזענטער חולי ישראל וועלן בעזהשי"ת בענעפעטירן דערפון.
א גרויסן יישר כח [tag]עולם[/tag] פאר די אלע גוטע פעולות וואס איר טוט. אסאך דערפון ווייס איך אליינס אלס איינער מיט קראהנס, און גאר אסאך ווייס איך פון אנדערע קרובים וידידים, וואס זאגן מיר אלץ א פאציענט אדוואקאט, די טובות און חיזוק וואס זיי האבן פון די ארגניזאציע.
תהא משכרתך שלימה מאת ה'. און די ארגניזאציע זאל בקרוב קענען אונטערגיין...
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:32 pm
דורך עולם
טייערע אידן הארציגע ברודער, אידן רחמנים בני רחמנים!
מיט א שטיק צייט צוריק האב איך מיך צו אייך געוואנדן מיט די א בקשה (ווי שפעטער ברענג איך אראפ א טייל) און מיט אייער הילף זענען מיר אנגעקומען ערגעץ, יעצט דארפן מיר ממש דעם לעצטן שטיפ און האפענטליך וועט עס שטארק ארויסהעלפן צום פארענדיגן אונזער קאמפיין
דאס האבן מיר צו אייך געשריבן אפאר וואכן צוריק:
איך ווענדט מיר צו אייך מיט א בקשה פון טיפן הארצן. אין די זעלבע צייט וואס איר זענט פריש און געזונט, זענען אבער פארהאן פילצאליגע אידישע קינדערליך וועלכע גייען דורך פיינפולע מיטמאכענישן און פיין. צווישן זיי זענען פארהאן אידישע קינדער, טאטעס, מאמעס, און אינגע קינדערלעך וועלכע האבן צוליב סיי וועלכע אישו - ווי ליידנדיג פון די ביטערע מחלה, קראונס, קאלייטעס, און אנדערע פיזישע פראבלעמען, - געמוזט צוקומען צו א "אסטאמי", וואס דאס איז א זעקל! - דער פרעצעדור גייט צו אז דורך אן אפעראציע ווערט ארויסגעשניטן טיילן אדער פילע מאהל די גאנצע קישקע, אדער אנדערע קערפער טיילן - און אט דער 'בעג' טוט העלפן דער מענטש ארויסגיין.
די קאסטן פאר אזא בעג ציען אריין אין אסטראנאמישע סומעס, וואס זייער אסאך פון די פאציענטן ווערן אפגעזאגט דורך די אינשורענס-פירמעס וועלכע ווילן נישט צאלן דערפאר, וואס טראצדעם וואס ווען זיי צאלן ווען פאר די סופלייען פארן "אסטאמי" וואלטן עס זיי געשפארט אסאך געלט! וויבאלד א מענטש וואס האט נישט די ריכטיגע סופלייען קומט אן מער אפטער צו באזוכן אין שפיטאל, וואס דאס קאסט אין פאקט פאר די אינשורענס פירמעס אסאך מער געלט.
און אויסער דעם, ווען דער מענטש פארמאגט מיט זיך די ריכטיגע סופלייען דאן טוט דאס אים פיל פארגרינגערן אינעם טאג-טעגליכן לעבן. א מענטש אן די סופלייען געפונט זיך געווענליך איזאלירט און אפגעזונדערט פונעם מענטשהייט, און דערצו פארלירט ער זייער אסאך ארבעט שעה'ן.
יעצט לאמיר גיין צו די אפדעיטס:
בערך דריי וואכן צוריק איז אריינגעקומען די גאר גוטע נייעס אז דער ביל איז אדורך מיט א שטארקע מערהייט סיי אינעם ניו יארק אסעמבלי און דערנאך אינעם ניו יארק'ן סטעיט סענאט, וועלכע האבן באשטעטיגט דעם געזעץ וואס פארלאנגט די אינשורענס פירמעס, אריינגערעכנט די אינשורענס פירמעס וועלכע ווערן געשטיצט דורך די רעגירונג, צו באצאלן פאר די וויכטיגע סופלייען.
יעצט איז געבליבן פארן גאווערנער קאומאו יר"ה עס אינטערצושרייבן און עס זאל אריינגיין אין געזעץ!
דעריבער בעט איך דיר פערזענליך: נעם אראפ איין מינוט פון אייער צייט, און שרייב אונטער דער 'פאטיציע' צום גאווענער אז ער זאל דאס אינטערשרייבן און טאקע ווי פריער, און אזוי ארום וועט איר בס"ד פארגרינגערן דאס לעבן פון אזויפיל אידישע קינדערלעך.
צו אונטערשרייבן דער פאטיציע קענט איר גיין צו:
http://www.change.org/petitions/honorab ... 893-a10140א הארציגען דאנק. אין דעם זכות זאלט איר און אייערע פאמיליע נישט וויסן פון קיין צער, און קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, נאר קענען לעבן געזונטערהייט אין פרידן.
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 10:54 am
דורך עולם
ח"י ח"י... שוין דא פון נעכטן 36 אונטערשריפטן, מיר האפן אנצוקומען אין די נעקסטע חודש כאטש 500. ווער קען ארויסהעלפן???
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:07 pm
דורך עולם
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:54 am
דורך ווייט פיש
געחתמט
@עולם ווי האלט עס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:24 pm
דורך עולם
יעצט אנגעקומען צו הונדערט אינטערגעשריבענע!
האט איר אינטערגעשריבן? שכח!, אז איר קענט שיקט דאס פאר איינעם, יענער זאל אויך אינטערשרייבן.
האט איר נאכנישט אינטערגעשריבן? ס'נעמט ממש א רגע, שרייבט ביטע אינטער
ניו יארק סטעיט אסטאמי סופלייס ביל אריין אין געזעץ!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:21 pm
דורך עולם
קודם וויל איך מיך אנטשולדיגן דא, ס'איז מיר פשוט נישט אויסגעקומען פאר ראש השנה צו אינפארמירן דעם ציבור דא איבער די לעצטיגע נייעס, איך האף עטס זענטס מיר אלע מוחל..
יעצט אריבער צו די גוטע נייעס!!
פארגאנגענע וואך דינסטאג, פרשת האזינו, סעפטעמבער דעם דריי-און-צוואנציג'סטער האט דער הויעכגעשעצטער גובערנאטור פון ניו יארק, מר. קאומאו יר"ה אינטערגעשריבן דעם געזעץ!! וואס ווי שוין געשריבן וועט דאס שטארק ארויסהעלפן פאר די וואס גייען עס נעבעך אדורך.
איך וויל מיך דא באדאנקן פאר די אלע דא וואס האבן אינטערגעשריבן דעם פעטיציע, צו גאר אנגערופן אינעם גאווערנער'ס אפיס בעטן ער זאל דאס אונטערשרייבן.
איך וועל זאגן דעם אמת... די דרוק וואס די אינשורענס קאמפעני'ס האבן געלייגט ביזן לעצטן מינוט איז געווען גאר שטארקע, מ'האמער כמעט אויפגעגעבן אויף א גוטע שאנס, אבער דער רופא כל בשר האט אונז נישט פארלאזט -א_ווי אייביג- און דער גאווערנער האט דאס אינטערגעשריבן ס'לעצטע טאג וואס ער שרייבט אונטער די נייערע געזעצן.
זאלן מיר אלע האבן א רפואה שלימה און א גוט געבענטשט געזונט יאר וכל טוב סלה!
גלייכטצייטיג וויל איך דא טאקע מעלדן פאר מיינע ידידים דא, ס'זאל נישט אויספעלן, אבער עס האט זיך פארמירט א היימישע גרופע פאר "אסטימעיטס" איר קענט זיך אנשליסן מיטן שיקן אן אימעיל צו
inspireanostomate@gmail.comאיר קענט זעהן נאך געוויסע פרטים און דאנקן
דאישר כח נאכאמאל!!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:26 pm
דורך עולם
און ווי פארשטענדליך.... איז דא אן אינטערוויו אויף די בארימטע "קול מבשר" טעלעפאון ליניע מיט הרב אלעזר דוד פאללמאן, אן אקטיווער באורד מעמבער אינעם עול"ם ארגענעזאציע, איבער די לעצטערע אפדעיטס.
די אינטערוויו איז אויף זייער ליין 212-444-1100 און דריקט 1 נאכדעם נאכאמאל 1 און דערנאך 4.
חוץ פון די לעצטערע אפדעיטס איבער די אסטאמי ביל, איז דא אביסל מער איבער די נעקסטע שריט פונעם ארגענעזאציע.