יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)

שליחה דורך הילל »

מען הערט אפט ווי מענטשן רעדן זיך אפ וועגן אונזער שידוכים סיסטעם. היתכן מען האט חתונה איינער מיט'ן צווייטן סתם ווייל ביידע זענען וויזניצער חסידים אדער ווייל ביידע מחותנים טראגן ווייסע זאקן, און די הויפט סיבה פון יעדן שידוך ביי די אכצן יאר איז נאר ווייל ביידע ווילן האבן קינדער. איך וויל זיך יעצט נישט אריינלאזן אין די עצם סוגיא, נאר איך וויל דא ברענגען וואס איך האב לעצטנס געזען עפעס וואס קען זיין אינטרעסאנט אויף דעם ענין.

אין די היינטיגע וועלט קוקט מען מיט קרומע פארדעכטיגטע אויגן אויף די וואס האבן נישט חתונה פאר "לאוו". היתכן דו ווייסט נישט אז טיפע אמת'ע ליבע איז די איינציגסטע סיבה וואס מאכט א שידוך אלץ א ריכטיגע זיווג הגון און נאר דעמאלט מעג מען חתונה האבן?

ערשט איז כדאי צו דערמאנען אז אמאל איז ליבע נישט געווען די סיבה צו חתונה האבן דוקא מיט יענע פרוי, ווייל אזוינס קען נאר זיין נאכדעם וואס א מענטש האט אלע אנדערע זאכן אין לעבן, און מען האט שוין די לוקסוס צו קענען אויסקלויבן דוקא די יעניגע וואס איז שטארק באליבט. אבער ערשט זענען דאך געקומען אזויפיל אנדערע זאכן ואוס האבן געשטופט צו חתונה האבן, פשוט צו אנגיין מיט'ן לעבן, באקומען א שותף, א ברויט-ברענגער, א קינדער-מאכער, האבן א דאך איבער'ן קאפ, צוזאמען פירן א לעבן, אויפציען קינדער, און אזוי ווייטער און ווייטער. וויאזוי האט דען סתם א מענטש, מיט אלע שוועריגקייטן אין לעבן, געקענט האבן די לוקסוס פון ווארטן און זוכן דוקא די אויסדערוועלטע צו וועמען מען שפירט עפעס א געוואלדיגע נאנטשאפט?

דאס האבן קינדער איז אייביג געווען א פאקטאר פארוואס מענטשן האבן חתונה געהאט, אבער ביז בערך צוויי הונדערט יאר צוריק האבן מענטשן אין די מערב לענדער חתונה געהאט מער פאר פאליטישע אדער פינאנציעלע סיבות ווי פאר ליבשאפט. שפעטער ווען די וועלט איז געווארן מער ראמאנטיש-געשטימט (וויקטאריען תקופה) און די אינדוסטריעל רעוואלוציע אין די 1800'ער יארן האט געברענגט טעכנאלאגישע פארשריט און גרינגער געמאכט דאס לעבן, דעמאלט האט זיך ריכטיג אנגעהויבן די זאך פון חתונה האבן לשם ליבע, און טאקע דעמאלט האט זיך אויך אנגעהויבן די זאך פון גיטין. ביז דעמאלט זענען די גיטין געווען זייער זעלטן.

שפעטער האט זיך אויך אנגעהויבן מיט פרויען רעכטן, נאו-פאלט דיווארס (געזעצן וואס האבן ערלויבט א גט אן דעם וואס מען זאל דארפן איבערווייזן אז איינער האט געטון עפעס וואס האט געבראכן זייער אפמאך), און די מער פארגעשריטענע וועלט האט געגעבן די געלעגנהייט פאר מענטשן צו זיין אריינגעטון אין זיך און נאכלויפן תענוגים און זוכן צו לעבן א גוט לעבן, וואס דאס אלעס האט אין די 1970'ס געעפנט די טיר צו מער אפציעס, און אויטאמאטיש צו מער גיטין. די גיטין ראטע איז טאקע דעמאלט ארויפגעפלויגן צו ארום 50 פראצענט און האט זיך נישט צופיל געטוישט אין די לעצטע פופציג יאר.

קומט אויס אז די טעכנאלאגישע וועלט האט טאקע געמאכט גרויס פארשריט און מיר לעבן אין א מאדערנע פארגעשריטענע וועלט, אבער וואס טוט זיך מיט די פארהייראטע ליבשאפט-ליבנדע קולטור? א גוטע פארהייראטע לעבן מיט א צוגעפאסטע ווייבל איז נאך היינט ווייטער דער גרויסער וואונטש פון מענטשן, איז וואס גייט פאר מיט די ריזיגע צאל געגעטעכצער? וואס מיינט דאס אז כמעט איינס פון יעדע צוויי מערידזשעס ענדיגן זיך מיט צוועלף שורות?

טענה'ן געוויסע עקספערטן אז דורך דעם וואס מיר האבן פרובירט צו מאכן די מעריעדזש שטערקער דורכ'ן הייבן דעם סטאנדארד און זוכן צו באקומען אונזער העכסטע ליבע און ראמאנטישע געברויכן, טאקע מיט דעם זיך ערנסט אפגעשוואכט דער סיסטעם. ווייל די ביידע זאכן זענען געפילן וואס טוען זיך שטארק טוישן: ווען די ליבע וועפט אויס, הייבט די מערידזש אן זיך צו שאקלען. ווען די ראמענס הערט זיך אויף, איז זייער גאנצע חתונה אפגעשטארבן. אויב דאס איז געווארן די הויפט זאך אויף וואס די צוויי האבן זיך פארקניפט איינער אין אנדערן, איז ווען דאס ווערט פארשוואונדן עפנט זיך דער קניפ און געענדיגט מיט די קייט.

אבער די מענטשן וואס זייער הויפט סיבה צו חתונה האבן איז פאר עפעס אנדערש ווי לאוו (ווי למשל צו האבן קינדער מיט איינעם וואס זיי גלייבן וועט זיין א גוטער טאטע, צו שפירן פארזיכערט פינאנציעל, אדער כדי צו האבן א גוטן פריינט), אזא סארט מערידזש טוט געווענליך לענגער אנהאלטן און אפשר האבן זיי אפילו אויך א בעסערע מערידזש, ווייל זיי האבן אויסגעקליבן דעם שותף צוליב א באשטימטע ציל. און ווי לאנג דער ציל איז ווייטער דא, האט זיך די חברותאשאפט ווייטער אויף וואס אנצוהאלטן.

אויסער דעם איז זייער ציל וואס זיי ווילן מער ממשות'דיג און מער רעאליסטיש, און דאס וואס זיי ערווארטן פון זייער מערידזש און פון זייער שותף איז ווייניגער אומרעאליסטיש. זיי האבן נישט ערווארטעט אז זייער חתן וועט זיין "דער אויסדערוועלטער", די וועלטס-זיסקייט וואס וועט אים/איר מאכן גליקליך ביז'ן הימל, און דער וואס וועט זיי יעדן טאג אין לעבן און יעדע מינוט אין טאג מאכן שפירן ווי אין יענע ערשטע גליקליכע מינוטן. אזא ערווארטונג איז דאך נאר א פאנטאזיע, א פעירי-טעיל, און דערנאך ווען עס קומט א שווערע תקופה, אדער סתם ווען די נאטורליכע הייפער-איבערגעטריבענע געפילן וועפן אויס, איז דער באלון געפלאצט און עס איז אוממעגליך צו פארנייען. מען קוקט ארויס נאר אויף יענע מאמענטן אבער זיי זענען א פארגאנגנהייט.

לאוו איז נאך אלעם א געפיל וואס טוישט זיך, און פונקט אזוי שנעל ווי מען פאלט אריין דערין, קען מען ארויספאלן. איבערהויפט ווען מענטשן זענען נאר מענטשן און פארשידענע זאכן קענען זיך טוישן. איז וואס בלייבט נאכדעם ווען מען איז ארויסגעפאלן? אדער ענדיגט מען די גאנצע רילעישאנשיפ אדער ווערט עס א בייסיגע און א דערביטערטע. אויב סתם בלינדע ליבשאפט איז די גאנצע יסוד, איז עס אפשר טאקע געווען זייער זיס יענע טעג אדער חדשים, אבער ווען עס וועפט אויס אדער גייט אוועק איז נישטא וואס עס זאל זיי ווייטער צוזאמהאלטן. און ווער וויל זיך איינרעדן אז די שטארקע לאוו פון יענע ערשטע טעג קען בלייבן אויף אייביג, נאכדעם וואס מען לעבט צוזאמען יעדן טאג, נאכדעם וואס מען איז פארנומען מיט'ן טעגליכן לעבן, און כל שכן נאכדעם וואס מען האט קינדער? במילא קען עס נישט זיין דער הויפט יסוד אויף וואס מ'זאל ערווארטן צו לעבן צוזאמען כל ימי חייהם.

ווידער ביים רעאליסטישן מערידזש, דארף נישט דער מאן/ווייב זיין "מיסטער פערפעקט", נאר עס איז גענוג אז ער איז "מיסטער גאנץ-גוט". און דאס איז גרינגער פאר ביידע צו ארבעטן דערויף און פרובירן זיך האלטן צו דעם לעוול. דער גרעסערער ציל פון ביידן איז נאך ווייטער דא און דאס קען זיי ווייטער האלטן צוזאמען און אפילו זיי שטופן זיך כסדר צו פארבעסערן.

יעצט אויב איינער שעצט שטארק יענעמ'ס פרומקייט, יענעמ'ס חסידות, אדער יענעמ'ס תורה, און אז ביידע זענען ערליך און זייער ציל איז בעיקר צוזאמען אויפציען ערליכע אידישע דורות, איז דאס די רעסעפי וואס האלט זיי צופרידן אפילו אין שווערע צייטן און דאס קען דינען אלץ די קלעבעכץ וואס קען זיי בלייבן צוזאמהאלטן א גאנץ לעבן. און אפשר איז דאס א טייל פון די סיבה פארוואס אזא גרויסע פראצענט בלייבן צוזאמען (דאס מיינט נישט אז עס איז אויך דא אנדערע סיבות, אבער דאס קען העלפן ערקלערן א חלק דערפון).

בכלל איז לאוו נישט גענוג אלס דער יסוד פון א מערידזש. מען דארף האבן רעספעקט איינער פאר'ן אנדערן, א שותפות'דיגע צילן אין לעבן, און זיך קענען פארשטיין און אויסקומען איינער מיט'ן צווייטן, מער ווי מען דארף האבן לאוו צו קענען האבן א גוטע, לאנג-אנהאלטנדיגע רילעישאנשיפ. דאס זענען די וויכטיגע אינגרידיענטס פאר א לאנגע מערידזש, און דאס קענען מיר אויך האבן פונקט אזוי. ווען ביידע רעספעקטירן דעם צווייטן, ווען ביידע האבן די זעלבע צילן אין לעבן, און דערצו האט מען אביסעלע פון די אנדערע חלקים וואס פעלן זיך אויס, קען מען האבן א געזונטע שלום בית לאורך ימים ושנים.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר