זאכן וואס איך וואלט געוואלט האבן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:59 pm
איך וועל אנהייבן מיט די זאכן וואס דרוקט מיר אין הארצן , און דער עולם זאל צולייגען מיט א ברייטקייט.
וואס האלט איר, וועלכער ווארט אינעם דיקשאנערי פארמאגט דאס מערסטע דעפיניציעס?
איך וואלט געגעבן דעם טיטל פארן ווארט ״פפפאאאאאאפפפ!!!
קענט איר זיך פארשטעלן ? אפילו נאכן רעדן קלאר דורך לעבעדיגע מענטשן ״ ברחל...טי או טי! וועט אלץ אפיר קומען קעגנגעזעצטע מיינונגען וואס ער/זי האט געמיינט/געטראכט/געפלאנט צו זאגן. ״מ׳האט ארויסגענומען מיין ווארט פון קאנטעקסט״ איז א גוט גייענדער פארענפערונג פאר פאליטיקאנטן/רבנים/מחנכים/עסקנים. מענטשן קומען כסדר אויף מיט פרישע פשטים אריינצולערנען א געשריבענער/געזאגטער ווארט און נאכהער אולי ואולי וועט זיך מאכן אז מ׳זאל פארשטיין.
און דא נעמט מען איינע פון די וויכטיגסטע מאמענטן פארוואס דער כח הדיבור איז געגעבן געווארן -- בשעת׳ן פירן אן אוטו -- און מ׳באגניגט זיך מיט אן אלטער אויסגעדראשענער אויסגעוואקסענער ״פפפאאאאפפ״!!!
וואס דער כף הקלע מיינט דאס פפפפאאאאפפ!!!???? רבוש״ע.
מיר לעבן אין א סאפיסטאקירטער וועלט:
אמאהל איז א קאר געווען פיר רעדער מיט א בית קיבול.
אמאהל איז א טעלעפאן געווען בלויז א טרייבל מיט קנעפלעך (עיין פעסטער רב).
מיר האלטן אין איין מאדיפיצירן ממש אלעס! אלעס! דער קאר האט שוין היינט.... וואס נישט? אן עקסטערער תחתונים ווארימער, שפיגעל ווארימער, כל ערליי ווייזערלעך מיט שמיטשיקלעך, מ׳קען האלטן דעם דרייווער ווארעם און דער פאסאנדזשיר קאלט, און ווייס ווירסא, מ׳דארף שוין נישט דייעלען היינט, מ׳שרייט ״קאלל באבי אוסטרייכער״ און היידא זי איז אויפן ליין! און נאך אויפן ספיקער פונעם קאר. מ׳קען אנשטעלן אלערטס אויפן פאון, זאל איך זיין סיי ווי, אבער אויב איינע פון מיינע פרענדס אויפן ״פרצוף בוך״ האט געטוישט זיין מעריטול סטאטוס פון ״קאמפליקעטעד״ צו ״סיריעסלי קאמפליקעטעד״ באקום איך אויף דער רגע! ממש.. דעם מורא׳דיג וויכטיגער אפדעיט.
אבער ווען מ׳דארף מאכן טויט אדער לעבן באשלוסן אין געציילטע רגעים, האבן די גרויסע חכמים קארפן קעפ אינעם קאנפערענס רום ביי טיאטא/האנדא, נישט געפונען פאר וויכטיג נאר צו לאזן דעם זעלבן אלטן אפגענוצטן צוריקגעבליבענער פפפאאאאפפפ!!!? שומו שמים.
שטעלט אייך פאר א לויער וואס זיין אויפגאבע איז צו דיפענדן אן אנגעקלאגטער מערדער, שרייט: ״אבדשעקשאן יאר האנאר! ״פפפפאאאאאפפפפ!!! און די זשורי דארף אויסוועלן איינע פון די צענדליגער דעפיניציעס וואס ״פפפפאאאאאאפפפ!!! פארמאגט.
לאמיר אייך געבן עטליכע דעפיניציעס פון פפפפפפאאאאפפפ!!!!
אנטשולדיגט״ ס׳איז שוין גרין הערט אויף צו טעקסטן און פאנגט אן פארן.
האלו דו ״משוגענער״ קענסט נישט פארן אביסל שנעלער!
ווייבל טייערער, דיין באגאבאא שטעקט זיך צופיל ארויס אויפן גאדער.
זאג נאר ווייבל האסט געקויפט דיין בעבי אויף מעדיקעד?
ווילסט קראסן ? גיי.. איך ווארט.
וואס קראוסטו ווי א צודרייטער!! זעהסט נישט כ׳האב באשלאסן צו איגנארירן דעם רייט אויף וועי?
אנטשולדיגט, איך אייל זיך זייער, איר ווילט מיר אפשר אריין לאזן ?
דו פ....ן ע... .....ל!! וואס קאטסטו אריין און מיין לעין! דו ווייסט ווער איך בין? לו יש חרב בידי......
איך בין א טעקסי דרייווער וואס ווארט אויף מיין פאסאנדזשיר.
דו רוצח! וואס דו ביסט, דו האסט אויסגעכאפט מיין פארקינג ספעיס! זעהסט נישט איך ווארט שוין דא א האלבע שעה.
אבער ווי נישט ווי קומט מען זיך נאך געהעריג אויס מיט האלב נארמאלע מענטשן, מ׳פארשטייט זיך אויפן פפפפאאאאפפ!!!!
וואס טוט זיך אבער ווען איר מאכט אן אומשולדיגער פפפפפאאאאפפפ!!! בלויז צו זאגן ״אנטשולדיגטס מיסטער, איך וויל פשוט אריבער פארן דא, פליז שטייט נישט דאבל פארקט.״
אבער דער יעניגער האט באשלאסן אנצונעמען גאר אן אנדערער דעפיניציע. ער הערט: ״דו געמיינער יונג! דו מיינסט ביסט בעל הבית אויף דער גאס דא ? סארא חוצפה!!! טראג דיין ברייטע מעשה אוועק פון דא, דעי רגע!!.״
נו גערעכט צו אומגערעכט דאס איז שוין אפענסיוו.
יענער באשליסט זיך אנצונעמען פאר זיין ״כבוד התורא״ מיטן גרעסטן חומר הדין, איר כאפט זיך שנעל אז איר זענט אריינגעפאלן מיטן ראנג מענטש אינעם ראנג טיים, איר האט שוין חרטה פארן גאנצן פייף, איר ווילט צוריק ציען, זאגן איימסארי.. כ׳האב גארנישט געמיינט...
אבער וויאזוי טוט מען דאס ?
יא! איר האט צוגעטראפן פפפאאאאאפפפפ!!!!!
אוי וויי............. כ׳לאז איבער דעם פאנטשליין פארן מלאך הממונה על הדמיונות.
פארוואס זאל נישט זיין אן אנדערער שטימע לאמיר זאגן ״בבבבאאאאאאאבבב״ וואס זאל ווערן אנגענומען אלס ״איך צו צוריק דעם פפפפאאאאפפפ!!!?
פארוואס זאל נישט זיין אן עקסטער שטימע פאר יא!, ניין! ״איך בין רואיג״, ״איך בין נערוועז יעצט״, ״איך בין עלטער פון דיר״, ״איך קען בעסער דרייוון פון דיר״, איך לאז דיר אריין״. כ׳האלט דיר ״נישט״ ביים אריינלאזן״.
וואלט נישט געווען א בעסערער וועלט אזוי ? פרעג איך אייך.....