בלאט 1 פון 27

אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:40 pm
דורך גד החוזה
דער רבי הריי"ץ מליבאוויטש מיט נכדו בארי גוראריה, זעהט אויס פון פולין פאר דער קריג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:41 pm
דורך גד החוזה
מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:47 pm
דורך פישלע העררינג
שיינע אשכול. יישר כח!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
זייער שיין, א דאנק. נאר אן הצעה צאמשטעלן מיט דעם (מ'קען דא אריינלייגן יענע גאנצע אשכול, איי דאנט מיינד) viewtopic.php?p=153897#p153897

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:08 pm
דורך פישלע העררינג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זייער שיין, א דאנק. נאר אן הצעה צאמשטעלן מיט דעם (מ'קען דא אריינלייגן יענע גאנצע אשכול, איי דאנט מיינד) http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 97#p153897

ס'איז אנדערש.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:15 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה: דערפרישנד. ספעציעל. אין פארגלייך מיט די פיקטשערס פון די היינטיגע רעבעס און רעבעצינ'ס שליט"א. :D :roll: :idea:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:17 pm
דורך גד החוזה
אזוי ווי פישעלע זאגט ס'איז אנדערש, איך האב גראדע בילדער פאר יענעם אשכול, אבער דא וויל ארויף שטעלן שיינע בילדער וואס מ'זעהט נישט געווענטליך, גיב מיר נאר דער צייט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:22 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גד החוזה האט געשריבן:מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.

דער בלום האט זיך יעצט משדך געווען מיר זיין שוואגער אדמו"ר מבאבוב? אדער א אנדערע בלום?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:43 pm
דורך גד החוזה
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
גד החוזה האט געשריבן:מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.

דער בלום האט זיך יעצט משדך געווען מיר זיין שוואגער אדמו"ר מבאבוב? אדער א אנדערע בלום?


איך האב אן א שיעור הערליכע בילדער פון באבוב, אבער איך בין נישט באקאנט אין דער חסידות זעלבסט, אנטשולדיק מיר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:47 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א צוויטע קען אויך ענטפערן. כהאב נישט דייקא דיך געפרעגט. מיין נישט טאמער א צוויטע וועט ענטפערן וועל איך עיהם זאגן "סארי איך וויל נאר הערן פון דער גארבידזש מען" לאל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:50 pm
דורך טעפל
זייער שיין גד, זיי ממשיך, ישר כוח

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:53 pm
דורך יאיר
די לעכטיגע צורה פון דעם באבוב'ער רב איז מאיר את העינים. הוי, וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס. א דאנק, ר' גד, פאר'ן אנטפלעקן די בילדער מיט דיינע ווייט זעענדע אויגן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:57 pm
דורך דולה ומשקה
הרב גד, דער בילד פון באבוב'ע רב מיט זיינס א אייניקעל איז א הערליכע, כ'גלייב ס'דא נאך אזעלעכע בילדער פריוואט.
וואס איך נעם ארויס פון דעם בילד איז, כ'זעה דער חתן גייט מיט א טיש בעקטישע, היינט גייען די באבובע חתנים מיט א בעקיטשע מיט סטראקעס דורך אויס די גאנצע חתונה. ווען איז געווארען דער שינוי?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:19 pm
דורך שטילע אינגערמאן
הרב דולה. דאס איז נישט די איינציגסטע שינוי
קענסט זיין זיכער היינט וואלט נישט א רבי ארום גענומען זיינס א אייניקעל מיט אזא ליבשאפט ברבים אינמיטן א קונד'ס חתונה.
אין היינט וואלט די באבובער רב'ס איידים נישט געגאנגען געקניפטע פיאות אינטער די אויער.
(אפשר באלאנגט מיין תגובה שוין אין אכשר דרא אשכול)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב נישט פארשטאנען, איך האב געמיינט ס'איז פאר פארצייטישע בילדער. יעצט כאפ איך די מטרה, זייער שיין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
די רבי האט הנאה פון די שיינע פאטשקעריי די נשים האבן געמאכט לכבודו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:57 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך [tag]גד החוזה[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag]!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:00 pm
דורך מאיר הערש
די צוויי מענטשן זענען טאקע באבוב'ער חסידים אבער ביידע זענען נישט קיין רעבעס און זיכער נישט קיין באבוב'ער, נישט קיין היינטיגע און נישט די פריערדיגע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:04 pm
דורך מאיר הערש
ראשעקאל האט געשריבן:הערליך [tag]גד החוזה[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag]!!

דו קענסט דער מענטש אויף דיין אוואטעאר avatar?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:12 pm
דורך I'm back
מאיר הערש האט געשריבן:די צוויי מענטשן זענען טאקע באבוב'ער חסידים אבער ביידע זענען נישט קיין רעבעס און זיכער נישט קיין באבוב'ער, נישט קיין היינטיגע און נישט די פריערדיגע.


די פארשטייסט וואס די האסט דא געשריבן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:26 pm
דורך מאיר הערש
I'm back האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:די צוויי מענטשן זענען טאקע באבוב'ער חסידים אבער ביידע זענען נישט קיין רעבעס און זיכער נישט קיין באבוב'ער, נישט קיין היינטיגע און נישט די פריערדיגע.


די פארשטייסט וואס די האסט דא געשריבן?

ביסט גערעכט. כ'האב נישט באמערקט דאס גאנצע בילד נאר די צוויי מענער פון אויבן. יישר כחך פאר מיר דאס אויפמערקזאם מאכן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:54 pm
דורך על המחיה
בילד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:15 pm
דורך הוגה
גד החוזה האט געשריבן:מהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.


די בילדער דא זענען היינט ארום געפארן אויף וואטסעפפ, איך באקומען דער בילד צוזאמען מיט א וואויס-נאוט פון די פאלגענדע עובדא.

רבי שלמה באבובער איז געגאנגן באזוכן זיין מאמע וואס האט געוואוינט אויף פופצענטע עוויניו ביי פופציג. ער האט מיטגענומען זיין זון האדמו"ר רבי בן ציון (געווען נאך א בחור) און זיין טאכטער א מיידל, הרבנית מייזליש. אויפן וועג האט רב"צ געהאלטן אין איין פאכענען מיט די הענט אונטער זיך צו צייגן פאר זיין שוועסטער אז זי זאל גיין ווייטער מער פון אונטען. ווען די באבובער רב האט באמערקט האט ער געפרעגט רב"צ וואס גייט פאר. האט רב"צ געענטפערט אז ער הייסט זי גיין מער פון אונטען ווייל מענטשן וועלן זעהן. האט די רב געפרעגט, פון וועמען האסטו אזוי מורא אז זיי וועלן זעהן? האט ער געענטפערט צייגנדיג אויף די הויז אקעגן איבער די גאס פון די דעמאלטס'דיגע סיגוט'ער רב. האט רבי שלמה באבובער געלייגט זיין האנט ארום זיין טאכטער'ס אקסל, זאגנ'דיג דערביי "איך דארף זיך שעמען צו שפאצירן מיט מיין טאכטער?" און אזוי זענען זיי געגאנגן ביז צום הויז פון זיין מאמע.

די באבובער רב איז געווען זייער א נארמאלע מענטש ביי די זאכן. ער האט קיינמאל געמאכט קיין עסק פון בילדער אויך נישט, און אזוי אויך ביי אנדערע ענינים. און בעצם איז אזוי געווען ביי אלע ערליכע אידן פון פאר די אכשר דרא עפאכע.


.