בלאט 1 פון 1

נבלות אין עדווערטייזמענטס, אונזער דור דערקייקלט זיך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:01 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מיינע אויגן מישן אזוי איבער בלאט נאך בלאט דעם עלעקטארישן ווערסיע וואס איך באקום אויף אימעיל פון ווינקלי לינק. און את אשר יגאריני בא איך קוק עס איבער 10 מאל יא איך זע גוט. איז דא עד פון א קאר קאמפעני וואס פראקלאמירט אז זיי זענען אויטענטיש ווייט נישט קיין BS.

BS ? וואס איז דאס BS ? איז דאס א פראדוקט וואס טעקסט און וואטסעפ האט כשר געמאכט פאר אידן אזוי צו רעדן? יא אזוי מיין איך. אבער וויאזוי ווערט עס אריינגעלאזט אין א היימישע צייטונג וואס קינדער ליינען? איך מיין אז ס'נאך נישט געווען אזאנס בעפאר. וואס דארף איך טון ווען מיין קינד פרעגט מיר וואס BS מיינט ? איך וועל עם דארפן זאגן פעקעלעך פון אקסן?

bs.JPG

און וואס קען מען ערווארטן אויב מ'וועט נישט יעצט מוחה זיין?

נעקסט וועט מען זען אזא עד?

[center]ARE YOU OVERPAYING ON YOUR CAR INSURANCE ?! LMAO... ***
COME TO ''RITE GUY INSURER'' FOR YOUR FREE QUOTE[/center]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
ס'מיינט
No Bahaltene Shtick

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:15 pm
דורך מאטי
Bologna Stories

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס מיינט שדפ"א?
.
.
.
.
.
.
.
איך וועל דיר זאגן.
.

.
.
.
. אבער פליז באליידיג זיך נישט
.
.
.
.
.
ש'ווייג ד'ער פ'ינטעל א'יד....

סי נאר א לאצע, (אדם ניכר וכו'), נעם נישט ערנסט, ואת והב בסופה... :lol: :P

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:42 pm
דורך שמעקעדיג
אויב זוכסטו וואס צו ענטפערן, נא, דא האסטו
(ש'מעקעדיג, ד'ו פ'ערד א'יינער)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:51 pm
דורך דענקער
מיין לייק איז נישט קיין הסכמה אז דו ביסט א פערד ח"ו. נאר מחיבת המליצה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:16 pm
דורך העלא
וועלכע פעיטש אין די לינק?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:22 pm
דורך berlbalaguleh
דענקער האט געשריבן:מיין לייק איז נישט קיין הסכמה אז דו ביסט א פערד ח"ו. נאר מחיבת המליצה.

דו ביסט גוט אין ראשי טייבעס. :like :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:28 pm
דורך אפטעמיסט
ש'רייבט
מ'ייסטערהאפטיג
ע'ר
ק'ען
ע'ווריטינג
ד'ער
י'כול'ט
ג'עוואלדיג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:52 pm
דורך קאווע טרינקער
ווען די נייעס פון זעלבע סארט הייראט, איז געווען דער שיח היום בשעתו
זענען אלע עדס פון אידישע געשפטען פארשפראכן עפעס א ווארט צוזאמען מיט redefined.
למשל linen redefined
Sales redefined

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:14 am
דורך דער (פינטעל) איד
העלא האט געשריבן:וועלכע פעיטש אין די לינק?

168 מיין איך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ld.JPG

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:41 pm
דורך מצטמק ויפה
א מין חוצפה!!
וואס מיינט די ווערטער poor taste???, אז די האסט שוין יא גענומען די שריט אין צירוק געצויגען פון דיין גרוילהאפטיגע אויסדריק, פארוואס פארקלענערסטו דיין פראבלעם? ווי כאילו עס איז נאר געווען poor taste און ווי מען זאגט על טעם וריח, אין ... ממילא אזוי ווי מאנכע האבן דאס נישט געגליכען ממילא אנטשולדיגען מיר זיך.
ניין!! שרייב ארויס אז די האסט געשריבען א אויסדריק וואס פאסט בכלל נישט פאר'ן היימישען ציבור און מיר וועלן דאס מער נישט טוען . זאל יעדער זעהן אין הערן דעם" אתה בחרתנו " יא מיר זענען א הייליג פאלק מיט א איידעלע שפראך .

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:49 pm
דורך שמעקעדיג
עס פעלט נישט אויס צו עפענען די אויגן. ווער עס האט פארשטאנען איז גוט, און פאר די איבריגע פעלט נישט אויס אריינצוגעבן אין מויל אריין וואס מען דארף נישט.
מען ברויך נישט אלץ קריטיקירן, די ווארט איז לכתחילה געווען ברמז (ר"ת) און די אפאלאזשי איז אויך ברמז, ממש תשובת המשקל, והכל על מקומו יבא בשלום.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:37 pm
דורך berlbalaguleh
מצטמק ויפה האט געשריבן:א מין חוצפה!!
וואס מיינט די ווערטער poor taste???, אז די האסט שוין יא גענומען די שריט אין צירוק געצויגען פון דיין גרוילהאפטיגע אויסדריק, פארוואס פארקלענערסטו דיין פראבלעם? ווי כאילו עס איז נאר געווען poor taste און ווי מען זאגט על טעם וריח, אין ... ממילא אזוי ווי מאנכע האבן דאס נישט געגליכען ממילא אנטשולדיגען מיר זיך.
ניין!! שרייב ארויס אז די האסט געשריבען א אויסדריק וואס פאסט בכלל נישט פאר'ן היימישען ציבור און מיר וועלן דאס מער נישט טוען . זאל יעדער זעהן אין הערן דעם" אתה בחרתנו " יא מיר זענען א הייליג פאלק מיט א איידעלע שפראך .

ס'וואלט געווען גוט פאר א שובבי"ם תורה מיט בכיות! ר' איד, וואס האקסטו א טשייניק?! זיי נישט אזוי היסטעריש. כ'מיין דו קענסט שרייבן א ראשית חכמה 2014 עדיש'ן. איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין אינגל און אונזער רבי האט פארגעלערנט פון ס' הק' קב הישר די עונשים פון כף הקלע. האבן מיר אינגלעך ביי ריסעס איבערגעשמועסט פונקטליך וויאזוי כף הקלע ארבעט. די רבי האט געזאגט אז די מלאכי חבלה ווארפן א מענטש פון איין עק וועלט צום צווייטן אזוי ווי א באלל.....האט איינער פון די חברים זיך אנגערופן אז ער וואלט געוואלט זיין איינער פון די מלאכי חבלה, וועלכע שפילן באלל מיט א מענטש. :roll: 8-) :lol: :x :P

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 4:50 pm
דורך שעפטל
פארפאלן, גאנץ א גוטע וועג פון אדווערטייזן...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
ld.JPG


די לעצטע וואכעדיגע אויסגאבע איז מסתמא נארוואס געווארן די מערסטע צו ווערן דאנלאדעד אין די לינק'ס וועבסייט היסטאריע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:25 pm
דורך אבי גערעדט
און אפשר גאר האט דער גראפיקער געמאכט ביידע עדס בענעזאם? שטארק מעגליך