סאנטא ווארט אויפן באס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

סאנטא ווארט אויפן באס

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

האלא מר. רויטע זייט נישט אזוי באבלאזן אייער טאכטערס באס וועט אנקומען פארן צווייטן שקיעה...

איך שטיי ווי א שוטה אויפן קארנער ווייל חלילה אויב די באס פארט אריין אין די בלאק. די דרייווער'ס גרויע האר זענען בשום אופן נישט מסכים צו ווערן ווייס פאר די צייט. ובכן מוז איך רויטע, מיט א נאז א רויטע פארפרוירן ווערן אין די קעלט, און קומען צו די קארנער ווארטן, ביז איך בין בלאס ווי א שניי מענטש אדער רויט ווי סאנטא.

די עולם וואקט דורך.. ווער איז דער משוגענער ביים קארנער וואס רייבט זיך די הענט בין הרגלים, האמיר דא א נייע משוגענער אין געגענט? ווי איז נחום ווען מ'דארף אים. ער וואקט אהער און אהין אינגאנצן נערוועז. ער זוכט א מנין פאר א אבל? די שכנים גייען דורך און פרעגן אויב אלעס איז אקעי אבער צווישן די אויערן פויק אינעם שכן'ס פיסק איז דא 5 לעיערס.

איין געלע באס, צוויי געלע באס, דריי געלע באס... איך בין צוריק אין פלעיגרופ.. איך זינג דעם באקאנטן באס ניגון וואס מיין ערשטע און לעצטע נקיבה טיטשער האט אריינגעבאכט אין מיר. ס'דערקענס זיך די גירסא דינקותא, אבער איך האב דעמאלסט נאכנישט געקענט גיין מיטן ניגון מער ווי דער נאמבער 10, היינט ב"ה קען איך עס שוין ביז 50 ווענציך ווי א טאג.

דער סאקער איז דא! ער נעמט זיך פייפן פאפ פאפ פאפ ווי ס'איז יובל, איך וועק מיך אויף פונעם חלום מיט א שמחה! יצא לחפשי! אבער ניין ער דארף מיר קודם זאגן עפעס זייער וויכטיג, אז אינדערפרי זאלסטו שטיין דא נישט דארט.. ווייל דארט..גארביזש..טראק..טיקעט.. סכנה.. .. איז בעסער אויב דא....בלא בלא בליפ.. שדפ"א, קאל מיך קויעלע.


בערל איך ווייס נישט אויב דו ביסט עס, אבער אויב יא פליז האלט די סמייליס פאר מיר ביים באס.
א הערצליכן דאנקי!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר