מי יתננו ירחי קדם (נאסטאלאגיע)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:47 pm
זכרון, זיך דערמאנען, איז אן אנגייענדיגע פראצעס אין מענטשליכען געדאנק אונזער מח פראגרעסירט אריינצונעמן כסדר פרישע אינפארמאציע און איר פארטייטשן לויט די ערפארונג פון אונזער פארגאנגענהייט.
אבער במיוחד איז זי א מאכטפולע געצייג ביים ארויפברענגן אויפן באוואוסטזיניגן געדאנק פארשידענע איבערלעבענישן פון אונזער פארגאנגענהייט.
ווי מאדנע ס'קלינגט, מיר אלע האבן אונזערע אינדיווידואלע זכרונות פון אונזערע וויכטיגע פונקטן אין לעבן, ווי אויך פון גאנץ פשוט'ע פאסירונגען און מיטמאכענישן, פון די פרייטאג צונאכטס'ן ווען מיר האבן זיך צוגעקוקט ווי די מאמע א פארטרערטע, בענטשט ליכט, און געגאנגען אין שול אריין אנכאפענדיג דעם טאטענס הענט, ביז צו די גרינע מיטוואך'ס ווען מיר האבן פארברענגט מיט די חברים אין חדר און אין ישיבה.
בשעת מעשה ווערן די אלע ערפארונגן באטראכט מינדערוויכטיג און אויבערפלעכליך אן קיין שום ספעציעלער שימת לב, מיר טוען פשוט גרינגשעצן דעם טעם וואס לעבן שענקט אונז, אבער ווי ווייטער זיי ריקען זיך פאראויס פון אונז ווי א שנעל-לויפענדיג באן, און וואס מער די צייט גייט פארביי און די זכרונות פון די מאמענטן ווערן בלאסער און בלאסער, ווערן זיי אבער טיעפער און טיעפער און זיי ווערן צו אונז גאר שטארק מקושר ס'ציפט און רייסט ביים הארץ א נאסטאלאגישע בענקשאפט.
נאסטאלאגיע איז א געפיל וואס מ'קען שווער אראפגעבן ס'איז עפעס א מאדנע געפיל פון טרויער געמישט מיט פרייד, א פרייד אנערקענענדיג די זכיה פון האבן די מאמענט פון הנאה וקורת רוח, און א טרויער אז די טעג פארגייען און קומען מער נישט צוריק.
זכרון איז אויך א וויכטיגער עלעמענט אין אידישן טעאלאגיע, אין אונזער קאלעקטיוון זכרון פארנעמט א וויכטיג ארט די פארגאנגענהייט, ווען מיר זענען געזעצן אין הייליג לאנד איש תחת גפנו ותחת תאנתו, אין גאט האט גערועט אין זיין הייליג הויז בעת זי איז געשטאנען על מכונו על הר ה'.
מיר האבן אן אויסטערלישע בענקשאפט צו אט יענע צייטן וואס מיר ברענגען דאס ארויף בכל עת מצוא, ווי אויך בעידן חדוותא, אם לא אעלה את ירושלים על ראש שמחתי, דורש אין לה מכלל דבעי דרישה.
גאט ווארט מיט שפאנונג אויף דעם זעלטן געטליכן אינסופדיגן הנאה יעדן ר"ה ביום הזכרון, ווען מיר דערמאנען פאר אים פארשידענע נאסטאלאגישע זכרונות, וואס אין צענטער פארנעמט די זכרון פון די אויסנאמליכע מסירות נפשדיגע אקט ווען אברהם האט מקריב געווען זיינע מענטשליכע הרגשים פון אהבה וואס א טאטע האט צו א זון, בעתן פירן יצחק'ן צו די עקידה, גאט זאגט תקעו לפני בשופר של איל כדי שאזכור לכם עקידת יצחק בן אברהם.
עו--ד יזכר לנו אהבת אי-תן, אדו-נינו איי איי מיט נעימותדיגן נוסח וואס ווערט שוין געזאגט הונדערטע יארן דורכאויס די גרויזאמע רציחות ביי די קרייציגן און ווייטער ערב די אמנעסיפאציע צייט, ביז די רוסישע פאגראמן און די שרעקליכע נאצישע האלאקוסט.
דאס אלעס פארמירט זיך אויף איינמאל אין זכרון, א טרויעריגע אבער רייכע זכרון.