בלאט 1 פון 1

שלעכטע חלומות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:42 pm
דורך ציגעלע
אז איך האב שוין דע מייק און האנט וועל איך עס אויסניצען

וואס טיט מען מיט א 6 יעריג קינד וואס קימט אריין יעדע נאכט צי מיר אדער מיין ווייב'ס בעט ווייל ער האט שלעכטע חלומות, ער זאגט און אינזער בעט האט ער עס נישט

איך וואלט שוין שלום געמאכט אבער מיין ווייב טענעט זי שטייט אויף מיט שרעקליכע ריקען ווייטאג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:44 pm
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:49 pm
דורך ציגעלע
[tag]ישמעאל הכהן[/tag] ישר כח
אבער דארט רעדט מען פין מורא פין גיין שלאפען, מיין קינד פראבליעם איז בייזע חלומות ווען ער גייט שלאפען גייט ער ב"ה אן קיין פחד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:53 pm
דורך ישמעאל הכהן
אקעי וועל איך איבערלאזן פאר אנדערע מיט עצות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב דו גייסט צו אים אין בעט, האט ער נאך די מאנסטער חלומות? אויב נישט איז פיל בעסער דו זאלסט גיין ליגן מיט אים א האלבע שעה אין זיין בעט, אזוי וועט ער פילן מיט די צייט אז ער קען פילן safe אויך ביי זיך אין בעט, אפילו ווען ער איז אליינס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:16 pm
דורך ציגעלע
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] סאנד גיט... דער פראבליעם איז נאר איך כאפ ערשט אז ער איז און מיין בעט ווען עס איז שוין כמעט טאג

אפשר דע ווייבעלע וועט גרייט זיין אויף דעים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:23 pm
דורך טיטאניק
ווער ווייסט? אפשר קימט דאס ווייל די שרייבסט רח"ל אויף די כופרישע טריפהנעם קאווע שטיבעל?!

ערנסט גערעדט, איך האב אויך געהאט די פראבלעם מיט מיינע קינדער, איך האב בודק געווען די מזוזות, און ראה זה פלא אז איין מזוזה איז געווען פסול
אנדערע גוט זאגערס זאגען אז מען זאל לייגען א ספר קדוש אינטערען קישען, ווי ספה"ק נועם אלימלך, פארשטייט זיך אז מען דארף דאס ארים נעמען מיט עפעס אז עס זאל בלייבען אפגעהיטען בכבוד
אבער די סגולות זענען בדוק ומנוסה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:31 pm
דורך ברסלבער
איך האב עס אויך געהאט. איך האב געזאגט פארן קינד צו קושן די מזוזה און בעטן דעם אייבערשטן מער נישט צו חלומ'ען שרעקעדיגע זאכן, און עס איז אוועק געגאנגען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:40 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]ציגעלע[/tag], דאס קינד דערציילט איבער וואס די חלומות זענען געווען?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:43 pm
דורך אפטעמיסט
מ'דארף פרעגן די ניקס וואס חלום'ן. [tag]גד החוזה[/tag], למשל, חלום'ט פון גארבעדזש. פרעג אים וויאזוי ער געט זיך אן עצה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:46 pm
דורך days
ציגעלע האט געשריבן:
איך וואלט שוין שלום געמאכט אבער מיין ווייב טענעט זי שטייט אויף מיט שרעקליכע ריקען ווייטאג

נו מאך שלום און נעם איהר אין דיין בעט... וואס האט דיין ווייבס רוקן וויטאג מיט דיין בעט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:52 pm
דורך גד החוזה
אפטעמיסט האט געשריבן:מ'דארף פרעגן די ניקס וואס חלום'ן. [tag]גד החוזה[/tag], למשל, חלום'ט פון גארבעדזש. פרעג אים וויאזוי ער געט זיך אן עצה.


א דאנק פאר די אישי, וואס האט מיר אהער געשיקט. אבער איך מיז אייך פארעכטן, איהר האט געמאכט א שרעקליכען טעות. גד החוזה חלום'ט נישט פון קיין גארבעדזש, ער זעהט עס אזוי בהקיץ, ער איז אזוי וואך [ליין מיט א פת"ח], זאל עס זיין חושך אפילה ווי ביי יענע מכה אין מצרים, וועט אבער פאר מיר דער גארבעדזש שיינען מיט אזא שטארקע ליכטיגקייט כאילו איך האב זוכע געוועהן צום אור הגנוז.
ואגב זה, וויל איך קלאר מאכען איך בין נישט אזוי פארנומען בלויז מיט בילדער פון גארבעדזש, איך בין דא אינגאנצען איין וואך אין איך האב גענונג ארויפגעלייגט אין דער קורצע צייט אויך אנדערע בילדער, דוק ותשכח.