די קליפות הטמאות פין "חסידיזם"און "פרומיזם" אין איר שורש.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

די קליפות הטמאות פין "חסידיזם"און "פרומיזם" אין איר שורש.

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ווען פרומקייט וואלט ווען געווען א גוטע זאך וואלט זיך זיכער דער בעל דבר פארלייגט צי שטערן אידען פין זיין פארפרומט, אבער דא עקא זעה מיר אז ס'נישטא קיין יצר הרע קעגען פרומקייט, אדרבה ס'זעהט גאר אויס ווי ער העלפט צי, ווי מער אלץ בעסער, ס'ווערט פראדיצירט אויף א קאמערשעל פארנעם, און דער עולם גולם ווערט נעבעך אריינגעחאפט און די ביטערע נעץ פין "פרומיזעם",

פאר'ן צווייטען וועלטס קריג ווייס מיר ס'האט געבישעוועט כל מיני פרטייען למיניהם וואס האט נעבעך געריסען שטיקער פין כלל ישראל, ס'ממש געווען אין בית וואס האב נישט פארלוירען אא קינד צי קינדער צי איינע פין די פארטייען, קאמאניזעם, ציוניזעם, און אנדערע פארטייען למיניהם,

יעצט און אונזער דור איז דער בעל דבר אויפגעקומען מיט צוויי רוחות רעות מיט וואס צי אנגרייפען כלל ישראל, איינס איז די טרויעריג בארימטע "חסידיזעם" וואס און קורצען איז דאס א מאדנע עבודה זרא באוועגונג וואס אסאך מענטשען נעמען איין מענטש פאר א "מאנקי אין די מידדעל" אין מאכען עים פאר א אפגאט רחמנא ליצלן, זיי גלייבען אז ער איז מתקן זייערע נשמות, זיי ציטערען פין זיין הקפדה, זיי געבען עים געלט, זיי חאפען זיין "שיריים" און אזוי ווייטער יעדע עבודה זרא כפי עבודתו, ס'דא מער ליבעראלע חסידיזעם "פארטייען" אין אזוי ווייטער ביז שרקעקליך משונה'דיגע "חסידיזעם" פארטייען,

נאכדעם האט דער בעל דבר אנגעהויבען א "פרומיזעם" באוועגונג, א באוועגונג צי משוגא מאכען כלל ישראל מיט שרעקליך משונה'דיגע מנהגים וואס יסודתם בהרי חשך, יעדער וואס וויל מיטגיין מיטען רוח הזמן האט אנגעהויבען צי ציען אויף עקסטרעים רעכטס, מיט כל מיני חומרות און נארישקייטען אשר לא שערום אבותינו, אין אויף דעם וויל איך מיר שטעלען יעצט, וואס איז די פסיכאלאגישע יסוד פין "פרומיזעם",

כ'זעה אז ס'דא מענטשען וואס בעצם וואלט איך געזאגט אז זיי זענען נישט באמת קיין ערליכע מענטשען, אבער ביז "פרומיזעם", ווען ס'קומט צי געוויסע נארישע פרומקייטען איז נישטא וואס צי רעדען, זיי שטעלן זיך אהער ווי פרומשיגע יהלומים, חאטשיג וואס איך ווייס אז ווען ס'רירט אן אין פינטעל איז נישטא נישט קיין תורה אין נישט קיין סחורה,

האב איך געטראכט אז קען זיין אז די פרומקייט איז אזא סארט פסיכאלאגישע דעקונג פאר זייערע פוסטקייט, ס'מאכט זיי שפירען בעסער, וואסהייסט ער איז דאך א פרומער !, וואסהייסט ער וויל זיין איידים זאך זיצען אין כולל, איי ער איז קיינמאל אין קיין כולל נישט געזעצען, נו אבער ער איז דאך א פרומער, ער מאכט נישט קיין קידוש צווישען זעקס אין זיבען, איי דער עולם איז הונגעריג, נו ער איז דאך א פרומער, האסטע געהערט א מעשה .... זאלען זיי זיין אביסעל הונגעריג, נו ס'נישט גרינג צי זיין א יוד,

פארשטייט זיך אז ווען ער אליינס ווערט הונגעריג דאן מעג מען יא מאכען קידוש צווישען זעקס אין זיבען, ס'שטייטעך אין די ספרים אז היינטיגע דורות טאר מען זיך נישט פייניגען, בפרט שבת טאר מען זיכער נישט, ( פארשטייט זיף אז יענעם מעג מען יא, ווייל פייניגען יענעם איז דאך זיין תענוג, איז עס דאך א מצוה פין עונג שבת...

כ'האב געהערט א טרעפליך ווארט, אז פארוואס ביים בענטשען מנשה אין אפרים האט יעקב אבינו אויסגעדרייט זיינע הענט, ער האט דאך געקענט לייגען זיינען הענט גלייך נאר זאגען מנשה אין אפרים זיך צי טוישען פלעצער, נאר די תירוץ איז אז ווען די האסט א "ענין" דריי דיר אליינס, דריי נישט יענעם א קאפ, ודפח"ח,

אבער ביי די "פרומיזעם" באוועגונג איז א גרויסע ענין צי פארדרייען א קאפ פאר וויפעל מענטשען מען קען, ווי מער אלץ בעסער,

ביי עשו זעהט מען אויך אז ער איז געווען א פרומער, ער האט גמעשר'ט די זאלץ..... ער האט געהאט דאגות צי מעשר'ן זאלץ, איי פארדעם האט ער אפגעטוהן אלע עבירות, נו מיילא, אבער ווי קען מען דען עסען אומגעמעשר'טע זאלץ, ס'שטייט דאך אין עפעס א ספר אז בְּלַא בְּלַא בְּלַא, אין דער אלטע רבי פין שוואנצלאנד האט דאך געזאגט אז ווי טיף מען זאל נאר האלטען אבער זאלץ זאל מען מעשר'ן, אין מיט דעם כוח וועט מען זוכה זיין בְּלַא בְּלַא בְּלַא...,

עכ"פ ווי עס קוקט אויס איז "פרומיזעם" אזא סארט פסיכאלאגישע "דעקונג" פאר א געוויסע גילטי געפיהל, אבער מסתם מאיז נאך סיבות וואס ברענגען דערצי אז א מענטש זאל ציען צי "פרומיזם",

בפרט ביי פרעדיגער פין די "חסידיזעם" געצנדינער, זעהט זיך שטארק אן די "פרומיזם" קרענק, ס'קוקט עפעס אויס ווי זיי טראסטען נישט דעם ציבור אז זיי קענען אליינס שוקל זיין וואס צי טוהן על פי תורה, ממילא פרובירען זיי צי אריין ברענגען דעם ציבור און א "פרומיזעם" דיסארדער, אין אזוי אז יעדער זאל נאכטאנצען איין קאץ, יעדער מיט די זעלבע היט, מיט די זעלבע גלעזער, מיט די זעלבע רעקל, מיט די זעלבע טייטץ, מיט די זעלבע שטיוועל, מיט די זעלבע מנין, מיט די זעלבע רולער צי מעסטען די סקורט, מיט די זעלבע זעלבע זעלבע, אזוי אז די פרעדיגער וועלען קענען זיין מער זיכער אז זיי קאנטראלירען דעם ציבור,

איז אבער געשען א שרעקליכע ציטרייסלונג וואס האט צימישט דעם שטן, דער אינטערנעט האט זיך באוויזען אויפען האריזאנט, אין דער בעל דבר האט געוויסט אז טאמער דער המון וועט געוואר ווערען אז זייערע מנהיגים פיטערען זיי שוין יארען מיט צואת השור, דאן איז א סכנה פאר די גאנצע "פרומיזם" און "חסידיזם" באוועגונגען וואס ער האט זיך אזוי געמיטשעט צי אויפשטעלען, ווייל דורעך דעם אינטערנעט קענען זיך מענטשען קאנעקטען אן די צענזור פין די אזוי געריפענע מנהיגים, אין ממילא וועט די אמת ארויס קומען אין די גאנצע ארבעט פינעם שטן וועט גיין ציגרונד,

נו האט דער שטן אויסגעריפען מלחמה קעגען דעם אינטערנעט, ס'האט גענומען בישעווען א רוח זנונים קעגען דעם אינטערנעט, אלעס האט זיך ציגעשטעלט צי די מלחמה קעגען דעם אינטערנעט, גרויס אין קליין, אלט אין יונג, אלעס קעגען דעם טרייפענעם אינטערנעט, מוסדות האבען אנגעהויבען מיט משונה'דיגע מיטלען,

רבנים אין רעבעס האבען אנגעהויבען שרייען געוואלד, יא פילטער נישט פילטער, פוי אינטערנעט, יעצט דאס איז נישט צי זאגען אז די אינטערנעט איז פראבלעם פריי אין ס'ברויך נישט געוויסע גדרים אזוי ווי אסאך זאכען אויף דעי וועלט, נאר ס'נישט די איינציגע אין גרעסטע פראבלעם, נאר די איבערגעטריבענע מלחמת חרמה וואס דער שטן האט אנגעפירט קעגען דעם אינטערנעט, דאס איז כדי צי אנהאלטען די קליפות הטמאות פין "פרומיזם" אין חסידיזם" און האלטען די ערליכע אידען אינטערדריקט אינטער א באנדע ווילדע "צדוקים" וואס באדען זיך טעגליך אין אידיש בלוט,

האט אבער דער באשעפער רחמנות געהאט , אין ס'האבען זיך געיאוועט א הייפעלע ערליכע אידען אשר לא כרעו לבעל, אין אזוי ווי מתתיהו ובניו, האבען זיי זיך ארויס געשטעלט קעגען די "צדוקים" און אויפגעהויבען דעם פאן פין געטריישאפט פאר'ן הייליגען באשעפער און זיין תורה, זיי האבען זיך גענומען שרייבען דעם ריכטיגען דעת תורה טאקע דא און קאווע שטיבל טאקע אויף די אינטערנעט, אין דאס הייבט אן צי שלאגען ווארצלען און גאנץ כלל ישראל, צי אויפוועקען די פארשלאפענע נשמות וואס זענען נעבעך פארזינקען אין די קליפות פין "חסידיזם", אין "פרומיזם", מיר ריפען אויס מיט שטאלץ, מיר גייען זיך נישט בייגען פין דעם דרך התורה, מיר ריפען אויס קריג קעגען "חסידיזם" אין "פרומיזם", אין מיטען באשעפער'ס הילף וועלען מיר מצליח זיין צי צוריק אויפהייבען דעם כבוד פין די תורה הקדושה, און צי אונטער ברענגען די קליפות הטמאות פין "חסידיזם" און "פרומיזם", אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר