בסוד קדושים - די הימלישע מסע צו ראטעווען אידישקייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
תחת השמש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:04 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

בסוד קדושים - די הימלישע מסע צו ראטעווען אידישקייט

שליחה דורך תחת השמש »

[justify]אין דער אידישער וועלט טוהט זיך א טומל. דער רשע ימח שמו וזכרו האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין אויסצוראטען גאנץ תורה און אידישקייט פון דער וועלט, און קיין שום זאך וואס מען האט פראבירט צו טוהן בדרך הטבע העלפט נישט אפצונייגען זיין קרומע קאפ פון פארויסגיין מיט זיינע בייזוויליגע פלענער. מען האט שוין פראבירט מיט גוטנס, ארויסברענגענדיג זיין יחוס צו ר' שמעלקע סעלישער און די קירבת משפחה זיינע מיט הנואם האדיר מייסד כלל ישראל הרב וואקסמאן שליט''א, און מיט בייזענס דראהענדיג אז די חדרים וועלן אויפהערן זאגען הנותן תשועה למלכים און אפשר וועט מען אפילו פועל'ן אז עפעס א שוואכערער שוהל וואס זאגט אפילו דער תפלה לשלום המדינה זאל עס אויפהערען זאגען, אבער אלץ איז כבד לב פרעה מאן לשלח העם.

ביזדערווייל זיצען זיך קינדערלאך און ווארטען אויף זייער חודש'ליכער טשעק פון דער מדינה און עס קומט נישט אן. עס זיצען בחורים'לעך אין ישיבה און קוקען אלץ צום טיהר מיט דערשראקענע בליקען צו די ציוניסטישע פאליציי קלאפט נישט אראפ די טיר זיי שלעפען אין דער טריפה'נער מיליטער מיט קייטן זיי צו שמד'ן. די שמד אין דער מיליטער איז אזוי שרעקליך אומבאשטעטיגטער קוועלער געבן איבער אז מען זאגט דארט אמאל בדווקא תחנון אויף א פרייטאג, צו שטעכן די ביסל ערליכקייט וואס איז נאך געבליבען אויף דער וועלט. און, ווי דער כנסת המינים האט אליינס באשטעטיגט, לאזט מען נישט דארט טאנצען נאכן דאווענען יחי אדוננו אדער נ נח נחמ נחמן. עס איז פשוט אז דאס גיייט אריין אין כלל פון מעביר על הדת.

האבען זיך צאמגעזעצט די גדולי ישראל, די עיני העדה, די וועלכער אן זיי דערוואגען מיר זיך נישט צו געבן א נאמען פאר א קינד, מאכען א שידוך, אדער קויפען א נייע קאר. די גאוני הדור, הצדיקים הקדושים, וואס זענען שוין פון וויגעלע געבוירען צדיקים, און נאך זיך ספראווען א טראפ מיט פארשידענע רודפים ווי למשל זייערע געשוויסטער, האבען עולה געווען לכס המלוכה און מיט רעכט גענומען די טיטלן חכימא דיהודאי, מנהיגי הדור, און קדושים וטהורים, אזעלכע מענטשען וואס פראסטע פרעצעל פרעסער ווי אונז הייבען נישט אן צו באגרייפען אפילו א נאז בלאזעכץ זייערע, כל שכן א שטיקל פיש עסן פון שבת, און האבען זיך צאמגעזעצט בכובד ראש, באימה וביראה ברתת ובזיע, און מעיין געווען וואס מען קען טוען.

דער ראש המדברים בכל מקום, החרש והמסגר, וואס ווען ער רעדט ווערען אלע שטיל, והכל נעשים כאלמים לגביו ולגבי המאלמים אלומי''ם סביבותיו, קדוש ישראל בעל שושנת יעקב מגור שליט''א, האט אויסגעדרוקט רצון ודעת קדשו, אז וויבאלד אויף דער וועלט זעהט ער נישט זאל זיין א ברירה וועט מען ארויסנעמען די שטערקסטע געווער פון ארסענעל, און גיין דירעקט אין וועג צום כסא הכבוד. יעדער חסיד ווייסט דאך, אז דער גלייכסטער וועג צום כסא הכבוד איז דורך די אדמורי''ם הקדושים, די חסידישע רעבעס, צווישען זייערע זילבערנע שטעקענס און שארפע אויגען רוהט די שכינה אליינס, און דאס איז נאר איינע פון זיי. שטעלט אייך נאר פאר ווען מען זאל צאמנעמען צוויי רעבעס אויף איין ארט, מיט זייערע טויזנטער חסידים, וואסארא אטאם באמבע פון קדושה דאס וועט זיין. יעצט שטעלט אייך פאר מען דאפעלט דאס נאכאמאל, און נאכאמאל, דער כוח און ענערגיע של קדושה וואס וועט ארויסטשטראלען פון אזא באגעגעניש וועט שאקלען הימל און ערד, מלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון.

נישט נאר דאס, עס איז ידוע אז ווען דער רבי פארט ארויס, בפרט צו אן אנדערע מדינה, קיין חוץ לארץ, איז זיין הימלישע כוח, צוגעשטעלט דורך אל-על פליגערס און פאליציי אויף גרויסע פערד ביים באגלייטען, א בחינה פון מלך בשדה, וואס דעמאלטס עפענט זיך שערי שמים, חסידים האבען אלץ געוואוסט אז עס לוינט זיך זיך צושטעלן צום רעבין ביי א נסיעה. ווי אויך, איז די כוח פון צדיקים פיל מער געשטארקט ווען ארומיגע גלייבען אין זיי, בסוד אמונת צדיקים, כידוע, און אין חוץ לארץ זאגט מען, און עס זעהט זיך אן אויף די טשעקס, האט דער עולם מער אמונת צדיקים, בפרט אין אזעלכע צדיקים וואס קומען צו פארען מארץ רחוקה.

פירט אויס דער רעבע, על אחת כמה וכמה, אז מיר אלע צוזאמען וועלן זיך ארויסלאזען אויף א רייזע , זיך זעצן אין איין סטרעטש לימו, פארען אויף איין פליגער, און זיך צאמקומען ביי איין מעגא כינוס מיט רבבות אלפי ישראל, במקום שבו התפללו אבותינו, אין מעדיסען סקווער גארדען, אז ניצוץ אחד יוצא מפיהם ושורף את כולם, מיט דעם רשע וועלען מיר שוין גארנישט האבען צו טוהן. און דערביי גיט ער א קלאפ אויפ'ן בעכער מיט'ן רעכטע פינגער און ווארפט א שארפע אויג.

דער גאנצער צימער איז שטיל געווארען, אלע האבען געשטוינט אויף די פייערדיגע בליץ גאוניש הימלישע הוראה פון דער ראש האסיפה, און נמנו וגמרו פה אחד, ויעשו כן. הרצים יצאו דחופים בדבר המלך והדת ניתנה.


(איבערגעארבעט פון דער ארטיקל פון הרב מנחם גשייד אין המודיע
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=62985

הם מוסרים את נפשם עבורנו בתפילתם ובכל עבודת הקודש שלהם.

מהי המטרה?
רבים שואלים מה מטרת הנסיעה? מה רוצים להשיג בה? מה ייחשב להצלחה? שאלות לגיטימיות. דומה הדבר, שבראש ובראשונה, יש לצאת מתוך נקודת הנחה כי מעבר להסברים לוגיים, יש כאן משהו שמיימי. הם רואים את מה שאנחנו לא רואים. הם מבינים דברים שאנו לא מבינים. הם עושים דברים שאנו לא עושים.

יש כאן פעולה נשגבת שאנו לא אמורים להבינה עד תום. אנו אמורים להאמין בה כפי שאנו מאמינים בברכותיהם ובעצותיהם כל אימת שאנו מבקשים את ברכתם ועידודם בשעת מצוקה אישית. האמונה שלנו היא חלק מהצלחת המסע הזה כפי שהיא החלק העיקרי בקבלת השפע בכל ברכה שאנו מבקשים ומקבלים.[/justify]
מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה וּמַה שֶּׁנַּעֲשָׂה הוּא שֶׁיֵּעָשֶׂה וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א גוטן ר' תחת: נאך ליינענדיג די ערשטע שורה פון דיין מאמר האב איך שוין געשפירט אז דאס איז איין גרויסע שטיק ליצנות. דו האסט אונז (די ליינערס ) ב"ה גארנישט אנטוישט. נאר די וועלכע זענען דער אביעקט פון די פאראדיע זענען זיך אליינס שולדיג, און האבן אפילו שווער געארבעט זיך צו דערקייקלען צו דעם איצטיגן מצב. א טייל פון זיי האבן ארויסגעוויזן זייער פוסטקייט און היפאקריטישקייט אויף זייער א צינישן אופן. ס'נאר איין זאך אז דער אזוי גערופענער ימח שמו'ניק דערשרעקט זיך אינגאנצן נישט פאר די רעבעלעך. אפשר אין אמעריקע קענען זיי נאך עפעס פארקויפן פאר'ן עוילעם-גוילעם. ס'בלייבט איבער נאר צו וואונטשן אז זיי זאלן מצליח זיין אנצושרעקן דעם תמימות'דיגן אמעריקאנער עוילעם און די רעבעס שליט"א זאלן אהיימפאהרן מיט פולע קעשענעס. :roll: 8-) :lol: :oops:
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

berlbalaguleh האט געשריבן:א גוטן ר' תחת.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

:? :roll: :o

א שטיק ליצנות
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

פחדים'דיג גוט און שרעקליך אמת'דיג!
באניצער אוואטאר
חביבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך חביבי »

כדי צו אפשפעטען פין די קינות( וואס די ביסט גראדע גערעכט )
מיזטו נאכנישט אפחוזק׳ען פון רבנים אחוץ אויב זיי האבען דיר פרזענליך געטשפעט (אויב יא קען איך באשטיין צו הערן מיט וואס פארשטייט זיךנאר אויב עס איז נישט פערסענעל )
אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
פארשפארט