ווי לאנג דארף נעמען פונעם זיך דערוועקן ביזן אויפשטיין?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:04 pm
איז אזוי:
יעדער ווייסט אז ווען א מענטש עפנט די אויגן אינדערפרי, נעמט עס א וויילע ביז ער גיבט א געניץ, א ציה איין און א ציה אויס, און דאן א גיס נעגל וואסער און ארויס פון בעט. עס איז נישט דער סדר זיך צו דערוועקן אן אויפגעשטאנענער מיט די פילע כוחות, עס געדויערט א מינוט. די שאלה איז, ווי לאנג דארף עס נעמען.
איך האב די פריווילעגיע אינדערהיים אויפצואוועקן מיינע קינדער און זיי גרייט מאכן צו גיין אין שולע, דאס האט די בני-בית ארויפגעווארפן אויף מיר, זייענדיג דער זבולון אין שטוב, דעריבער דארף דאך דער יששכר ארויסהעלפן מיט די עבודת-הקודש אז זי זאל קענען כאפן דעם באס באצייטנס. אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא, ווען איך וועק אויף מיינע בנים אינדערפרי, זעה איך אז מיינע קינדער שטייען אויף ווי מענטשן, עס נעמט א וויילע - איינעם מער איינעם ווייניגער - און מען איז אן אויפגעשטאנענער. איין קינד איז אבער אנדערש; אים נעמט עפעס זייער לאנג ביז ער איז פריש און אויפגעשטאנען. איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז פוילקייט גרידא, ווייל אפילו ווען ער ווייסט אז עס ווארט אים אפ א טריפ אדער א געלונגענער טאג אין חדר, וועט ער זיך נישט קענען באכלעפשען. אפילו מען זאל אים ארויסטרייבן פון בעט, וועט ער זיך ארומדרייען ווי א נשמה אן א גוף און עס וועט נעמען היבש אביסל ביז ער וועט זיין פריש כאחד האדם. איך וויל באמערקן אז דאס קינד איז גלייך מיט די אנדערע קינדער, דהיינו ער האט הנאה אין חדר ווי אלעמען, ער איז נישט דעפרעסט אדער עפעס, נאר אין די נקודה איז אים עפעס שטארק שווער.
עס האט מיר אויפגעברענגט צו שרייבן, נאך וואס איך האב אנגעהויבן שפירן ביי מיר די זעלבע זאך, אין די לעצטע פאר וואכן. דהיינו, אז אמאל פלעג איך אויפשטיין און נאך עטליכע מינוט בין איך געווען אן אויפשגעשטאנענער, לעצטע פאר וואכן איז געווארן א שינוי, איך שפיר זיך נישט אויפגעשטאנען ביז א היבשע שטיק צייט.
מיין שאלה איז אלזא:
איז פאראן עפעס א סכום וואס דאקטוירים זאגן ווי לאנג עס דארף נעמען? - און אויב יא, איז פאראן סיבות פארוואס עס נעמט לענגער? - ווייזט עס אויף אן אומגעזונטע סימטאם פון א קינד?
ביטע העלפן מיט זאכליכע ענטפערס.