בלאט 1 פון 9
זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:05 pm
דורך מנהיג ישראל
דער בארימטער אידישע נייעס וועבסייט "וואס איז נייעס?" האט היינט
צוגעברענגט אן אפ עד פון
הרב עדין שטיינזלץ אויף די פראגע "
ווער וועט זיין אונזערע מנהיגים?" וואס ער האט אנגעשריבן עטליכע טעג צוריק און ער באהאנדלט באריכות דער פארווייטאגטער נושא פון וועלכע סארט מנהיגים מיר האבן און ער בליקט אביסל אויף פאראויס.
גלען זילבער פון "וואס איז נייעס?" צונעמט עס אביסל און פראבירט אריינצוקריכן אין זיינע ווערטער וואס זענען בעיקר געבויט אויף די וויכטיגקייט פון האבן א מנהיג וואס זאל ארויסווייזן ליבשאפט און האבן מיטגעפיל צו זיינע נאכפאלגער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:12 pm
דורך קאווע טרינקער
נישט יעדער וואס מ'רופט "מנהיג ישראל" איז טאקע א מנהיג ישראל.
אסאך מאל איז דאס נאר א ניק....
#שלוםעליכם
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:20 pm
דורך מנהיג ישראל
רעדאגירט מיין אונטערשריפט צו פארשטיין מיט וועלכער רעכט איך האב זיך אנגעטון אזעלכע גרויסע קליידער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:22 pm
דורך קאווע טרינקער
NO WAY
אונז האמיר שוין one and only ר' בערל...
--
וואס שרייבן הרב שטיינזאלץ אינעם ארטיקל?
ברענג ארויף אפאר נקודות, לאמיר דעבאטירן..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:59 pm
דורך פיטומי מילי
קאווע טרינקער האט געשריבן:נישט יעדער וואס מ'רופט "מנהיג ישראל" איז טאקע א מנהיג ישראל.
אסאך מאל איז דאס נאר א ניק....
#שלוםעליכם
קאווע,
די זאגט דאך אזוי גיט אבער איך בין מיך אביסל מחילוק מיט דיר
קיין איין מנהיג איז נישט קיין ניק, דאס זענען זיי ליידער.
עפ״י חסידות: מען זאגט נאך פין בעש״ט הקדוש (איך ווייס נישט צי די מעשה איז טאקע אמת אבער די פאקט שטימט) אז ער האט אמאל זייער געוויינט אז ער זעט בעקבתא דמשיחא וועלן די רביס אפהאלטן משיח׳ס קומען (די גרעסטע joke איז די היינטיגע רביס זאגן עס נאך)
עפ״י ראשנים : די ספורנו אין פרשת וישלח אויפן פסוק ויגע בכף ירכו זאגט אז די שר של עשיו האט געוויזן פאר יעקב אבינו די עבירות פין די מנהיגים דאס האט אים שוואך געמאכט וכו׳
מקען גיין on and on ספעילט נאר נישט אויס מיר אלע קענען זיי
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:04 pm
דורך קאווע טרינקער
די הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:13 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אונז האמיר שוין one and only ר' בערל...
ייש"כ קאווע: אבער לפי עניית דעתי איז קאווע שטיבל גענוג גרויס אז מ'דארף האבן צוויי באס דרייווערס. נאר די צווייטע טענה איז א ריכטיגע. דער מנהיג ישראל דארף רעדן צו דער זאך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:די הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:17 pm
דורך פיטומי מילי
די חת״ם סופר אויפן לעצטע משנה אין סוטה פני הדור כפני הכלב אז כלב זענען די מנהיגים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:19 pm
דורך פיטומי מילי
Btw קאווע טרינקער די זעהסט מיר אויס זייער היימיש
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:21 pm
דורך פיטומי מילי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:די הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
מנשה,
ביסט נעבעך אומשילדיג
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
אומשולדיג וואס? קענסט ענטפערן א איינפאכע ענטפער כ'זאל פארשטיין א תירוץ אויף מיין שאלה? אדער קענסט בלויז מפטפט זיין
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:49 pm
דורך כתר מלכות
מנשה, דער דברי חיים שרייבט נישט ״כל״ נאר ״רוב״. יעצט הגע בעצמך איז פון די רוב?
להרגיע דעתך לייג אויך אריין דיין רבי אינעם מיעוט. והכל על מקומו יבא בשלום.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:54 pm
דורך מנשה לוסטיג
ניין ניין, כ'וויל באמת פארשטיין דעם שפראך, וויאזוי קען מען זאגן אויף יענעם? ער איז יא און יענער איז נישט? ביי אונז הערט מען נישט אזא שפראך צווישן די פולע מאמרי רבותינו הק'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:00 pm
דורך כתר מלכות
פרעגסט אויפ׳ן דברי חיים? הא, איך בין נישט זיין לאויער, און בכלל בין איך זייער פארגלייבט אין אים, וכל דבריו קדושים וטהורים ברוח הקודש נאמרו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
פארוואס גלייבסטו אין עהם? אז ער קען זאגן אזעלכע זאכן, פאר די געלט גלייב בעסער אין ווער ס'זאגט בעסערע זאכן, מער פאזעטיוו
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:05 pm
דורך outspoken
מנשל'ה באראוגט דיר, ער האט נישט געמיינט די טשערנאבל'ע אייניקלעך די זענען אנדערע סוג נשמות, ווי כהאב שוין אמאל מסבר געווען, מקען זיך טענה'ן צו איין לאנד האט גרעסערע באמבעס ווי די אנדערע, האט דאס נישט קיין שייכות מיט א לאנד וואס האט א קליינע נוקליר באמבע וד''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:22 pm
דורך נאך א פשט
נאר די צווייטע טענה איז א ריכטיגע. דער מנהיג ישראל דארף רעדן צו דער זאך.
:
חדש אסור מן התורה! ווי האסטו צוגעזעהן אזא זאך? קיינער פין אונזערע היינטיגע [אזוי גערופענע] מנהיגים רעדען נישט צו דער זאך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:24 pm
דורך כתר מלכות
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פארוואס גלייבסטו אין עהם? אז ער קען זאגן אזעלכע זאכן, פאר די געלט גלייב בעסער אין ווער ס'זאגט בעסערע זאכן, מער פאזעטיוו
למשל ?
איך מיין וואספארא גערעדטאכטס איז דאס, געפעלט דיר נישט א מאמר פון אים איז אויס מיט אים.
לידיעתך איך גלייב אויך אין די טשערנאבלע גזע, סיגוטע גזע, בעלזא, גור קאצק, וכו׳ וכו׳ כולם קדושים כולם טהורים עושים באימה וביראה רצון קונם!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:12 pm
דורך נאך א פשט
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס שרייבן הרב שטיינזאלץ אינעם ארטיקל?
ברענג ארויף אפאר נקודות, לאמיר דעבאטירן..
ער שרייבט אז מנהיגים זענען נישט קיין פאליטישענס און נישט די וואס מיינען אז זיי האבן א סעלושען צו יעדער פראבלעם. מנהיגין זענען די וואס ווייסען פון אלע פראבלעמען (נישט נאר וואס גייט פאר ביי זיי אין הויף [כולי האי ואולי]) (ער ברענגט משלים וואס איך קען נישט צוטירן דא, עיין שם) און האט מיט געפיהל מיט א יעדען יודס צרה.
ער ברענגט א שיינע מעשה פון הרב דוד צבי חן (כ'ווייס נישט ווער דאס איז) אז א בחור איז געקומען זיך רעגעסטרירען פאר א שידוך, און איבערקוקענדיג זיינע יוחס האט ער געזעהן אז ער איז א ממזר. פארציילט זיין זון הרב אברהם חן אז ער איז אריינגעקומען אין שטוב און געזעהן ווי זיי ביידע וויינען צוזאמען. ער האט נישט געהאט א סעלושען צו זיין פראבלעהם אבער ער האט געהאט א שטארקע מיטגעפיהל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:29 pm
דורך פאטעטע קוגל
פיטומי מילי האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:נישט יעדער וואס מ'רופט "מנהיג ישראל" איז טאקע א מנהיג ישראל.
אסאך מאל איז דאס נאר א ניק....
#שלוםעליכם
קאווע,
די זאגט דאך אזוי גיט אבער איך בין מיך אביסל מחילוק מיט דיר
קיין איין מנהיג איז נישט קיין ניק, דאס זענען זיי ליידער.
עפ״י חסידות: מען זאגט נאך פין בעש״ט הקדוש (איך ווייס נישט צי די מעשה איז טאקע אמת אבער די פאקט שטימט) אז ער האט אמאל זייער געוויינט אז ער זעט בעקבתא דמשיחא וועלן די רביס אפהאלטן משיח׳ס קומען (די גרעסטע joke איז די היינטיגע רביס זאגן עס נאך)
עפ״י ראשנים : די ספורנו אין פרשת וישלח אויפן פסוק ויגע בכף ירכו זאגט אז די שר של עשיו האט געוויזן פאר יעקב אבינו די עבירות פין די מנהיגים דאס האט אים שוואך געמאכט וכו׳
מקען גיין on and on ספעילט נאר נישט אויס מיר אלע קענען זיי
גוט אז די ביסט נישט געגאנגן on and on ווייל זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער די שרייבסט זייער נישט צו זאך.
די ביסט נישט דער ערשטער וואס שרייבט די דברי חכמה, אין בין אריין אמאל אין עפעס א בית המדרש (קענסטך אליין פארשטעלן וועלעכע) זעה איך אויפן וואנט א צעטל מיט גאנצע מאמרים אויף די מנהיגים בעיקבתא משיחא, ציטירט דארט אנגעהויבן פין יחזקאל הנביא ביז מנשה פילאפ, אין איך שטיי אין איך ווינדער מיר, ווער האט עם פארציילט אז עיקבתא משיחא איז פין תשל"ט ביז תשע"ג? שטייט דען א דעיט אין די אלע ספרים? אפשר קען עס אויכט ארויף גיין אויף די מנהיגים פין ביפאר תשל"ט? ס'מיר הינדערט פראסענט קלאר אז די משכילים האבן אויך געניצט די זעלבע מאמרים אנקעגן די הייליגע חתם סופר אדער אנדערע.
אין צו די קשיא צו זענען די אדמורי"ם די ריכטיגע מנהיגי ישראל, איז מר שלוםעליכם אויב די זיכסט טאקע א תשובה האסטו עס געפרעגט אין די נישט ריכטיגע פלאץ, כ'על דיר זאגן פארוואס, די הויפט סיבה פארוואס מ'הערט היינט די שפראך, "אלע גדולים זענען שקרנים, קאט די קרעפ ס'איז באלאני", איז נישט וועגן אינז זעמער היינט אין א דור וואס קען נאר דעליידן אמת אין אויב מ'טרעפט ביי עפעס א גדול א משהו שקר מיז מען עס שוין מפרסם זיין בכל קצבות תבל, ניין נישט דאס איז די סיבה, נאר וואס דען, מיר האבן אלע ליב דעם שלום עלי נפשי שפראך לאז מיר צירוה, מאך נישט טו נישט, אין ווען עס קומט איינער וואס זאגט וואס צו טוען איז די גרינגסטע וועג צו אוועק מאכן אין זאגן, ווער ער? ער איז דאך סתם א געלט פרעסער, איז לעניננו אויב איינער וויל קענען ווייטער שרייבן אויף קאווע שטיבל קען דיר נישט זאגן, יא עס איז דא צדיקים מנהיגים, ווייל זיי לאזן נישט זיין דא אין שטיבל..... כ'האף מ'וועט מיר נישט באשטיינרן, אין כ'האב גארנישט קעגן קאווע שטיבל נאר דא האט מען דאך ליב open discussions, האב איך געשריבן מיין צוויי סענט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:51 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס פאר א גערעדדעכטץ, רוב זענען נישט... וואס עפעס?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:54 pm
דורך פיטומי מילי
פאטעטא קוגעל וועק דיך אויף יעצט בעפאר דיינע יאשקעלאך גייען דיך אויף וועקן