וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:29 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?

שליחה דורך חולם »

איינע פון די זאכן אויף וואס איך האב שוין אויפגעגעבן אין לעבן איז צו עקספיריענסן די הנאה און רואיגקייט שלות הנפש פארזיכערטקייט וואס א עושר אדיר מוז שפירן. אזא געפיל פון אז ס'נישט דא גארנישט קיין צוריקהאלט וואס ער זאל נאר וועלן וואס געלט קען ברענגען. נישט דא א זארג פון וויאזוי גיי איך באצאלן דאס אדער יענץ, נישט דא א זארג פון חתונה מאכן קינדער אדער אייניקלעך, מ'האט שווערע פארזיכערטע מיליאנען מיט וואס מ'קען יעדן אייניקל אפילו שטאפירן מיט אן אייגן הויז. וויאזוי פילט עס צו וויסן אז בדרך הטבע איז מען פינאנציעל פארזיכערט עד סוף כל הדורות אפילו ער זאל לעבן 1000 יאר? דער עושר האט נישט קיין שום מענטשליכע דאגות חוץ פון זאכן וואס זענען אויסער זיינע הענט ווי למשל קינדער און נחת, מלך פורץ גדר איז פאר אים נישט דא קיין שום שטרויכלונג, אפגערעדט פון די כבוד וואס ער קען האבן אויב וויל ער און אפילו אויב וויל ער נישט קומט עס נאטורליך ווייל מענטשן האבן א רעספעקט פאר אן עושר.

וויאזוי שפירט עס פארן עושר אויפצושטיין יעדע צופרי צו זען יעדן לויפן צום ארבעט צו קענען קויפן ברויט ווען ער קען מיט איין טשעק אפקויפן א סקווער בלאק און עס פארוואנדלען פאר ביליגע דירות אדער בויען א שול פאר זיין חסידות. ס'מוז דאך זיין עפעס א טעם שלא מעלמא הדין.
אלעס האט טאקע צוויי זייטן. און מ'וועט זאגן אז צו זיין א ריזיגע מיליאנער קומט מיט זיינע חסרונות מ'איז נישט רואיג און אז מ'האט 100 מיליאן וויל מען צוויי און אזוי ווייטער. דאס איז אלעס זאכן וואס איך קויפ נישט אפ (איך בין דאך ארעם קען איך נישט קויפן...)

איך ווייס נישט אויב איך וויל טאקע זיין א ריזן מיליאנער איך וואלט אפשר מורא געהאט דערפון. אבער דעם טעם גן עדן וואלט איך געוואלט אפילו שפירן פאר איין טאג. ווען איינער קען עס ווען מיר אראפלייגן... אפילו וויאזוי עס שפירט צו זיין א זון פון אזא עושר איז אויך נישט אוועקצומאכן. דאס איז עפעס וואס איך בין שוין ענדערש מקנא. קודם האט ער א דירה און נאכדעם אויב וויל ער עפענען א ביזנעס האט ער אפענע טירן מיט געלט וואס טוט דען נישט א טאטע פאר א קינד?

זאלן די עשירים דא אדער קינדער פון רייכע פרובירן דאס בעסטע וואס שייך עס אראפצוגעבן מיטן פולן זאפט...

לעצטענס בין איך געווען אויף א פלאץ וואו עטליכע גאר גרויסע עשירים זענען געווען אנוועזענד. ס'כאפט אן א יראת הכבוד צו זען א מענטש וואס השם האט אים באשאנקען מיט אזא זאך ווי עשירות. נישט אומזיסט האט רבי מכבד געווען עשירים. ס'קומט אפילו אינסטינקטיוו.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר