בלאט 1 פון 1
הילף פאר א האטעל אין צענטער פון די היימישע ירושלים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:30 pm
דורך טיטאניק
א גיטען
איך זיך א האטעל אין צענטער פון די היימישע ירושלים, דאס מיינט וואלקינג דיסטענד צי גאולה געגענט און קרית בעלז
מיז נישט זיין בכלל א היימישע האטעל, איך זיך דייקא א 4 אדער 5 שטערנדיגע האטעל
ווער עס ווייסט עפעס א גיטס זאל פליז שרייבען
יישר כח
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:43 pm
דורך איך אויך
פונקט דאס וואס דו זיכסט איז נישט בנמצא ,לכאורה די נענסטע צו וואס דו זיכסט איז מלון שערי ירושלים.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:01 pm
דורך שמו יגער
די נענסטע היימישע געשמאקע "האטעל" נישט מאטעל נישט דירה איז פרימה פאלאס וואס האט אמאל געהייסין מלון מרכז עס איז א שטיקל מהלך קיין קרית בעלזא אבער נאנט צו גאולה עס איז ארענד די קארנער פון זכרון משה שטיבלעך אין ביי רחוב יפו
די הכשר איז פון די אגודה(יש אומרים עס מיינט גור) די עסן איז זייער פיין
די שטובן זענען דא קליינע אין אויך אביסל גרעסערע טייל האבן א שטיקל פארטש אבער מען קען נאר זען די פארקינג לאט.........
ראום סערוויס איז גוט, די סטעף איז גאנץ העפליך
עס איז דא א געשמאקע מקוה אויפ'ן פלאץ א מנין שחרית מיט א שיעור דף היומי יעדן טאג פארן דאווענען (נאר אויב די ווילסט....)
אין ווינקל פון די לאבי איז דא א קאמפיוטער פאר א מינימאלע פרייז קענסטו ווערן מחובר אין אונז שיקן א גרוס פון דארט
גיי אויף גוגל וועסטו זען א מעפ ווי דאס איז וועסטו זען אויב די ווילסט וואקן אזוי פיל אויף שבת
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:07 pm
דורך איך אויך
איך בעט דיר פרימה פאלאס איז אפשר א האלבע סטאר האטעל/מאטעל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין געוועהן אין פרימה און זייער הנאה געהאט. די עסען איז פיין, די אטמאספער איז פיין, די געגענט איז פיין.
איך האט באצאלט אפשר $150 א נאכט , און כ'האב באקימען א פרי אפגרעיד דורך א עיזשענט, און כ'האב געהאט א שיינע ברייטע שטיב מיט א פארטש
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:59 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:איך בין געוועהן אין פרימה און זייער הנאה געהאט. די עסען איז פיין, די אטמאספער איז פיין, די געגענט איז פיין.
איך האט באצאלט אפשר $150 א נאכט , און כ'האב באקימען א פרי אפגרעיד דורך א עיזשענט, און כ'האב געהאט א שיינע ברייטע שטיב מיט א פארטש
גם אני. זייער שיין. מיט א פרישטאג אינקלודעט נאך דערצו.
אפשר האב איך נאך אפאר בילדער. דארף איך קוקן אין די ארכיוון.
די בעטן זענען נישט באקוועם און גאנץ שמאל. די טוילעטס ניי אבער קליינע צימערן.
נאך פראגעס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:33 pm
דורך טיטאניק
יישר כח אלע טייערע אידן פאר די היללפע
איצטער אזוי,
וועלכע שטאט\פלאץ אין ארץ ישראל איז די מערסט "רעלאקסינג פלעיס" צי גיין, עפעס א כמו מיאמי סטייל, רוהיג ריין און שיין, אילת איז די פלאץ? אדער נישט? אויב נישט ווי יא?
און וועלכע פלאץ \שטאט איז די מערסט "fun"?
ווער עס קען מיינע תגובות פארשטייט אז ווען איך רעד פון "רעלאקסינג" מיין איך נישט א "עכטע קאווע שטיבעל" און "fun" מיין איך נישט שטיפען גארביטשעס צי די פיסלעך פון די פאליצייאישע פערד........
וקל להבין
יישר יישר יישר
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:37 pm
דורך עסן עסט'זיך
אילת איז א מיני פלארידע
תל אביב האט אויך שיינע ביטשעס, אבער רוב תל אביב איז מער בבחינת מיני מאנהעטן
קענסט גיין אין א שיינע האטעל אין טבריה
אויב איז כשרות נישט קיין אישו איז דא נאך אסאך שיינע פלעצער
ירושלים באשטייט אויך נישט נאר פון חיטוטי שכבי פלעצער עס איז ריזיג גרויס מיט שיינע און רייכע געגנטער
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:44 am
דורך טעפל
טבריה דארף זיין די בעסטע פלאץ פאר דיר, גוטע האטעלן, פיינע כשרע עסן, ים, און אלע צוגעהערן..
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:44 am
דורך שמו יגער
טבריה קען זיין זייער שיין אין רואיהג אבער די וועטער ווענט זיך די וואך איז געווען דארט אין 60'ס עס קען זיין אביסל שטיקעדיג ווענט זיך
די געשמאקסטע האטעל פאר א היימישע יונגערמאן איז מלון כינור וואס איז זייער שיין אין א הערליכע פאנאראמא גוטע עסן אין גוט זיך אויסצורוהן
נאך א גוטע פלאץ פאר אויסצורוהן איז א האטעל אין קיבוץ לביא דארט אין דעם קיבוץ מאכט מען פארנוטשיר פאר בתי מדרשים עס איז א שיינע גרויסע האטעל שטיל אין רואהיג צוגעשטשלט פאר א היימישע יונגערמאן טשעק נאר אויב די עסט דער הכשר די סערוויס איז זייער העפליך די לופט איז געשמאק ועוד ועוד
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
יארן צוריק בינעך געווען אין קיבוץ לביא. אוי איז דאס געשמאק געווען. פיינע עסן. פרישטאג איז אינקלודעד אינעם פרייז, נאכטמאל קאסט באזונדער (מיטאג איז נישטא).
מען קען באשטעלן פלייש פון די עדה (עכ"פ דעמאלס האט מען געקענט).
זיי האבן א אוטדאר סווימינג פול, מיט באזונדערע שעות פאר מענער און פרויען (איך מיין געמישט אויכעט... כ'געדענק שוין נישט).
די אויסטערלישע רואיגקייט וואס איך האב געהאט דארט איז נישט צום באשרייבן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:23 pm
דורך פאריז
פראביר צפת, עס איז די בעסטע און רואיגסטע פלאטץ אין אר״י, עס האט די בעסטע ליפט, הערליכע שיינע נישט טייערע האטעל, גאר געשמאקע כשר עסן בכהשר הבד"ץ דערנעבן. גאר געשמאקע צאנז ביהמ״ד.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
דורך איך אויך
ר' יגער הערר ראשהאקעהאל און שמעקי ,איך ווייס נישט וויפיל עטץ זענטס שוין געווען און לאקסעריע 4 און 5 שטערן האטעלס אבער א פלאץ מיט נישט באקוועמע בעטן אין קליינע צימערן מיט א פארטשעלע צום פארקינג לאט ,איין קאמפיטער אין די לאבי אט דאס הייסט א 1 סטאר האטעל.
פרישטיג איז די זעלבע אין כמעט אלע ארץ ישראל'דיגע האטעלן און באשטייט בעיקר פון כל מיני קעזן ,ירקות און ברויט מיט וואס דאס לאנד איז געבענטש בשפע ,אבער דאס קען מען קריגן און גענוג פרעס געשעפטן פאר $12-$15 און עס לוינט זיך נישט איבערצוצאלן פאר דעם האטעל דערפאר.
דער אמת איז אז דער האטעל האט געהאט צוויי תקופות ,אמאל איז געווען בערך אויף די רמה פון 'מלון גלי צאנז' און איך וואלט א לויזע כלב נישט אריינגעשטעלט אהין (ווער עס איז שוין געווען אין 'מלון צאנז' פארשטייט). קען זיין יעצט נאכן איבערמאכן בצירוף שינוי השם איז עס אביסל בעסער אבער קיין 4/5 סטאר האטעל איז עס נישט און אייגענטליך דאס האט טיטאניק געזוכט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:46 pm
דורך שמו יגער
טיטאניק האט געשריבן:א גיטען
איך זיך א האטעל אין צענטער פון די היימישע ירושלים, דאס מיינט וואלקינג דיסטענד צי גאולה געגענט און קרית בעלז
מיז נישט זיין בכלל א היימישע האטעל, איך זיך דייקא א 4 אדער 5 שטערנדיגע האטעל
ווער עס ווייסט עפעס א גיטס זאל פליז שרייבען
יישר כח
טיטאניק האט געבעטן עפעס אביסל צומישט ער וויל א שיינע האטעל "דייקא א 4 אדער 5 שטערנדיגע" אבער עס מוז זיין אין האטעל אין צענטער פון די "היימישע" ירושלים לויט ווי איך פארשטיי וויל ער נישט קריכן פון די האטעל'ס וואס זענען ביים כניסת העיר אין נישט פון די האטעלס וואס זענען נעבן די כותל און אלט שטאט סאו האט ער אונז נישט געגבן קיין ברירה נאר געבן די נעמען וואס זענען די בעסטע פאר דער געגנט
אוודאי קומט נישט פרימה צו צו קינג דעוויד אדער דעיוויד סיטידעל אבער א 4 שטערן קען עס נאך זיין פאר א "היימישע" אין ירושלים
דרך אגב מיינס א חבר איז אמאל געפארן קיין ישראל און געזוכט די נענסטע האטעל צו מאה שערים ער האט קיינעם נישט געפרעגט געגאנגען אויף גאגל באשטעלט און ויסעו
ער רעדט נאך ביז היינט צען יאר שפעטער פון די עגמת נפש
"יא א שיינע הערליכע האטעל אבער די איינצוגסטע שטריימיל אין די איינצוגסטו שומר שבת......"
דאס האב איך געוואלט פארמיידין פון טיטאניק!
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:51 pm
דורך איך אויך
דאס האב איך טאקע געזאגט אין מיין ערשטע תגובה אז פונקט דאס וואס ער זוכט איז נישט פארהאן אבער לדעתי איז שערי ירושלים די נענסטע צו וואס ער זוכט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:13 pm
דורך חביבי
אויב זיכסטו א רואיגע ווינקעל פאר א גוטע ווקאציע איז. די קליין שטעטל ערד זייער א פיינע פלאץ, עס איז ממש לעבן די ים המלך עס איז א שטילע רואיגע ארט אין עס איז דא דארט צוויי האטלען. איינס איז די גרויסע שיינע נירוואנע האטעל עס האט גרויסע סווימאינג פאלס מיט ג׳קאזיס מיט אלע פיינע זאכען (חוץ א היימישע הכשר) אין נאכדעם איז דא א קלענערע האטעל מלון יפה נוף וואס זיי טראגען דיך צי צים ים המלך יעדן טאג וואס חוץ די אינגוימענט איז עס זייער זייער געזינט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:17 am
דורך שמעקעדיג
יפה נוף איז אמאל געווען כשר. די גוטע צייטן האבן זיך געענדיגט.
ווען איך זוך (אין אמעריקע) א פינף שטערן האטעל ווס. א צוויי/דריי שטערנדיגע, איז בעסיקלי די חילוק אין ענינים וואס אינטערעסירט נישט אידן. א סווימינג פול. א פרישטאג. אסאך עקסערסייז. באלרומס. און נאך. עס מיינט לאו דווקא אז די צימערן און בעטן זענען פיהל בעסער.
אין ארץ ישראל איז יא מער שייך ווייל די פרישטאג'ס זענען כשר, און רוב האטעלן שטעלן צו צניעות'דיגע סווימינג פול מיט באזונדערע שעות. מאנכע, ווי למשל פרימה/מרכז הנ"ל האבן אויך א מקוה און סמעדרעש אן פרעמיסעס. קיבוץ לביא האט אויך געהאט א ביהמ"ד בימים ההם ווען איך האב געוויילט דארט. הגם זיי זאגן הלל ה' אייר, אויב עס מאכט דיר א נפק"מ...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:32 pm
דורך טיטאניק
יישר כח אלע ניקס וואס העלפען אזוי שיין ארויס
מיר פלאנען די גרויסארטיגע נסיעה לויט אייערע עיצות און פארשריפטען
סתם פרעג איך, און די וואס זענען הייסע רבי זי"ע אידען זאל פליז נישט ווערען ווילד
איז די הכשר פון "רבנות" ממש גארנישט אדער פאר א פרישטאג זענען זיי אקעי?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:34 pm
דורך איך אויך
לפי ידיעתי ומנהגי ממש גארנישט.
עס איז טאקע אסאך מאל לעכערליך און ווייטוגלעך צו זעהן ווי רז"ל טוריסטן וואס ניטאמאל צום כותל גייען זיי אבער אין מויל נעמען זיי אריין אלעס מיט 'אידישי אותיות'.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:00 pm
דורך shlomyg
איך זיך א האטעל פאר שבת אין צפת מיט עסן ווער קען מיר העלפן?