בלאט 1 פון 4

אדמורי"ם בימי הזעם

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:06 pm
דורך גד החוזה
דער וואס איז סענסעטיוו צו די בילדער זאל זיך אויסרעדן זייערע הארץ צו מיר פריוואט, שיק עס באישי פריוואט צו מיין פאסט קעסטל.
די בילדער זענען שוין מפורסמים ממילא, איך עפען א באזונדערע אשכול פשוט פאר די קאלעקציע דערפון. זכור את אשר עשה לך עמלק... זכור ואל תשכח, דאס איז א חלק פון די אידישע היסטוריה וואס מ'טאר נישט פארשווייגען, זאלן אונזער קומענדיגע דורות וואס די רשעים ואכזריים ימח שמם וזכרם האבען געטוהן צו אונז אידן.
הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד", ער האט עס בכלל נישט געהאלטן פאר א בושה, אדרבה ער האט געוואלט צייגן אז נצח ישראל חי וקים, דער אידישע פאלק וועט אלעמאהל האבען א קיום, נישט קיין נפק"מ וועלכע סארט רשע שטייט להשמיד להרוג ולאבד ה"י.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:10 pm
דורך גד החוזה
רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:11 pm
דורך גד החוזה
נאך איינס פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:11 pm
דורך גד החוזה
רבי מנחם מענדל האלבערשטאם מסטראפקוב

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:12 pm
דורך גד החוזה
רבי אהרן רוקח מבעלזא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:13 pm
דורך גד החוזה
רבי אהרן רוקח מבעלזא זיצט נעבן הרב הערצוג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:13 pm
דורך גד החוזה
רבי אהרן רוקח מבעלזא - אויפגעבלאזען פון פריעדיגע בילד

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:14 pm
דורך גד החוזה
רבי שלמה האלבערשטאם מבאבוב

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:15 pm
דורך גד החוזה
רבי חיים מאיר האגער מוויזשניץ - אין בוקארעסט הארט נאך דער קריג, מ'דערקענט די קורצע בארד

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:16 pm
דורך גד החוזה
רבי הירשעלע מייזליש מוויצען ובנו ר' זלמן לייב מסיגעיט - הארט נאך דער באפרייאונג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:31 pm
דורך עסקן בדברים
האבן זיי אלע געשניטן די בערד פשוט משום סכנה אדער איז אמאל געווען עפעס מער דערצו?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:35 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ער איז אנטלאפן פון פלאץ צו פלאץ בשעתן קריג.
כדאי צו בלייבן לעבן אין אויפטון בשעת און נאכן קריג ראטעווען הונדרעטע אידן און צירוק ברענגן הונדערטע צובראכענע נפשות צו אידישקייט האט ער זיך געמוזט אהער שטעלען ווי א נישט היימישע.
דאס איז פשט לכאורה אין זיין געשניצט'ל בערד אין אויך נעקטיי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:40 pm
דורך מ גפני
גד החוזה האט געשריבן:הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד",

פארוואס די 3'טע? 2 פארשטיי איך, איינס פאר די מלחמה און איינס נאך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:46 pm
דורך גד החוזה
מ גפני האט געשריבן:
גד החוזה האט געשריבן:הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד",

פארוואס די 3'טע? 2 פארשטיי איך, איינס פאר די מלחמה און איינס נאך


אין פוילן האט ער דאס ערשטע מאהל אראפ גענומען זיין בארד, אין אונגארן האט ער זיך געלאזען ווייטער וואקסען זיין בארד ביז ער האט דאס ווידער געמוזט אראפ שניידן ר"ל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:28 pm
דורך עסן עסט'זיך
זייער אינטערסאנטע אשכול יישר כח פארן פאראייביגען היסטארי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:04 pm
דורך פישלע העררינג
נישט ממש!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:17 pm
דורך היסטאריקער
הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:42 pm
דורך קאווע טרינקער
היסטאריקער האט געשריבן:הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
Lodz, Poland, Abusing the Rabbi of Lodz - the Rabbi is Seated on a Wagon and Bears a Sign Reading - 'We Wanted the War'

איינער ווייסט אפשר וועלכע רב דאס איז? ס'איז גע'לעבעלט רב פון לאדז.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:02 am
דורך רויטע וואנצעס
גרעסער

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:50 am
דורך דעת תורה
עסקן בדברים האט געשריבן:האבן זיי אלע געשניטן די בערד פשוט משום סכנה אדער איז אמאל געווען עפעס מער דערצו?


מסתמא האבן זיי געהאלטן אז גיין מיט א בארד איז אן עבירה, און היות השטן מקטרג בשעת הסכנה האבן זיי געזוכט ווי מער מצוות וואס אין דעם זכות זאלן זיי ניצול ווערן.

איך מיין, וואסערע "עפעס מער" זוכסטו צו טרעפן דא?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:52 am
דורך דעת תורה
גד החוזה האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:
גד החוזה האט געשריבן:הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד",

פארוואס די 3'טע? 2 פארשטיי איך, איינס פאר די מלחמה און איינס נאך


אין פוילן האט ער דאס ערשטע מאהל אראפ גענומען זיין בארד, אין אונגארן האט ער זיך געלאזען ווייטער וואקסען זיין בארד ביז ער האט דאס ווידער געמוזט אראפ שניידן ר"ל.


פארוואס? און ווען - און וויאזוי - איז ער אנגעקומען קיין רומעניע? איז דאס נאך געווען בעפאר די דייטשן זענען אריין קיין אונגארן? האט ער געדארפט שווערצן די גרעניץ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:32 am
דורך גד החוזה
האט איהר אין אייערע לעבן גערעדט צו א מלחמה איבערלעבענער?
די קשיות וואס מ'פרעגט דא איבער שניידן די בארד בימי הזעם דערקענט מען ווי אומבאוויסט די אינגע דור אין ווי ווייניג זיי ווייסען איבער די ביטערע מיטמאכענישן. געוואלד געוואלד אידן, אוי ווי קלוג איז געוועהן די עטליכע צדיקים וואס האבן מחבר געוועהן א פיוט צו זאגען תשעה באב איבער די צרות וואס אונז אידען האבען מיטגעמאכט.
די האסט קשיות איבער א בארד אין צרות צייט, זעקס יאר מיט געוואנדערט? אוי וויי, פון ווי זאל איך אנהייבען רעדן?