בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל קראך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:21 pm
דורך גד החוזה
איך האף אז אין דער שטיק צייט פון דער קראך האט דער שותי קאווע געמאכט א תענית כתיבה, אין מפשפש געוועהן בכתוביהם, און מקבל געוועהן אויף זיך צו שרייבן ווי נארמאלע מענטשען אויס לאזען די שנאת האחים ומלחמת הדת, וכדומיהם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:30 pm
דורך וחלופיהן
ברוך מחיה מתים ותכלה שנה וקללותיה

יום ההצלת הקאווע שטיבעל כ"ח טבת

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:38 pm
דורך טיטאניק
א שמחה ביי גאנץ כלל ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:42 pm
דורך מ גפני
וואס האט טאקע פאסירט? אפשר קען די באהערדע פארציילן וואס דער אשר "קרך" איז געווען

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:50 pm
דורך berlbalaguleh
וחלופיהן האט געשריבן:ברוך מחיה מתים ותכלה שנה וקללותיה

אמן. מ'קען שוין זאגן נקדישך. איך פערזענליך האב געפילט ווי די פאסאזשירן אויפ'ן טיטאניק ווען כ'האב איינגעזעען אז די סייט האט געקראכט, ל"ע. ווען ס'איז אדורכגעגאנגען א פאר מינוט, און נאכדעים א פאר שעה און דאס שטיבל איז נאך אלץ נישט געוועין צוריק אויפ'ן פלאץ, האב איך אנגעהויבן מיר פארקוקן א הספד. כ'האב נאר נישט געהאט וואו ארויפצולייגן עס. את חטאי אני מזכיר. כ'האב געהאט א מחשבה זרה, אפילו ארויפצולייגן דעם הספד אויף "איי וועלט". נאר כ'האב זיי נישט פארגינען די שמחה. שוין. ב"ה. ס'איז הוחזרה עטרה ליושנה. לאמיר האפן צו אריכת ימים ונשים און דער שטיבל זאל ווייטער ממשיך זיין צו שטיין פאר אמת און יושר. און ס'זאל פארשאפן א סאך נחת פאר כלל ישראל, אמן. :lol: :D :) ;) :roll: :| :o

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:א שמחה ביי גאנץ כלל ישראל

אין וועלכע ארמארי גיימיר אי"ה האלטן דעם גרויסן דינער? אין ווילי אדער קרוינהייטס?! :lol: :roll: :oops:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:וואס האט טאקע פאסירט? אפשר קען די באהערדע פארציילן וואס דער אשר "קרך" איז געווען

עטץ זאלט נאר נישט זאגן אז ס'דא א בעל עגלה א בעל רוח הקודש. מיין פערזענליכע השערה. מ'האט געדונגען א טעק צו פארבעסערן די סייט טעכניש, און, אויספרובירנדיג דעם נייעם סיסטעם האט עס ל"ע געקראכט. שוין. ב"ה אלעס? איז שוין צוריק אויפ'ן פלאץ. דער אייבירשטער זאל העלפן מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין צער. אמן. :oops: :cry: :roll: :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:05 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:א שמחה ביי גאנץ כלל ישראל

אין וועלכע ארמארי גיימיר אי"ה האלטן דעם גרויסן דינער? אין ווילי אדער קרוינהייטס?! :lol: :roll: :oops:

ווענדט זיך אלעס אויב דער ברידער וועט מאכען א עסק
זה מול זה,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:31 pm
דורך פרישער
זעי דעים לינק ווי מיר בליטיגן אויף דעים קראך און א נעיבענדער אשכול.
viewtopic.php?p=172103#p172103

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:30 am
דורך טעפל
למעשה וואס איז טאקע געזעהן דא?