למה הרעתה לעם הזה, איז כלל ישראל געווען א שטער פאר משה רבינו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

למה הרעתה לעם הזה, איז כלל ישראל געווען א שטער פאר משה רבינו

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אין א אנדערע אשכול חקרנט חקרן צו איז משה רבינו געווען א שטער פאר כלל ישראל, לאמיר זיך צוהערן צו די דיאלוג צווישען משה רבינו אין כביכול, דאס האט שוין פארברענט שעות ארוכות ביי פריינד און פיינט.
פארטראכט זיך און קונטקסט, וואס זאגט דא משה? צו וועם רעדט ער? ער רעדט דאך צום כביכול אליינס.

ערשטענס, גאט איז דער וואס האט אים די ערשט אריינגעשלעפט צו העלפן די פארשקלאפטע קנעכט אין מצרים פון די פייערדיגע צרות, גאט וואס האט אים ערשט פארציילט וועגן די וויי געשריי פון זיין פאלק ישראל, בו בזמן וואס ער משה רבינו זיצט אויף קעסט ביים שווער אין מדיין, ער רעדט צו גאט וואס בלי ספק קימערט זיך דא פאר זיינע יידן און גאט וואס האט אים רעקרוטעיד צו העלפן ראטעווען די יידן. פון ווי נעמט מען די גבורות הנפש אויף צו געבן קריטיק? זייט ווען איז ער די עקספערט?

והשנית, שטעלט ענק פאר די בעל שם טוב זאגט אן אייוועלטניק: שפאן איין די פיאקער, מ'פארט קיין ברוקלין! וואלט ער געפרעגט קשיות? “וואס וועט זיין מיט די עולם אין מעזשבוז“? וויאזוי וועט אלעקסיי אריבער שפאנען די אטלענטיק? אז די רבי, דער בעל מופת, הייסט! טוט מען און מ'פרעגט נישט קיין קשיות. משה ווייסט ער רעדט צו די כל יכול וואס מאכט א שטעקן פאר א שלאנג און א געזונטע האנט קרעציג! וואס רעגט ער זיך "והצל לא הצלתי את עמך"?

וואס האט משה רבינו געטראכט ווען ער האט זיך איינגעטענעט מיט דער "אהיה אשר אהיה", "למה הרעתה לעם הזה" למה שלחני. א מיינד באגלינג ארגיומענט אז די קאנסידערסט ער רעדט צו גאט!

לעצט, נישט נאר השם פרעגט מען נישט קיין קשיות, האט עס אויך נישט קיין פשט צו פרעגן די אויטאריטי וואס האט אקעסטרעיטעד די גאנצע גלות מצרים, פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין, למה הרעתה לעם הזה. האסט עס געקענט פרעגן אייערנעכטען ביים סנה. איינמאל האסט עקסעפטעד די אויטאריטי פרעג נישט קיין קשיות.. ארבייטס נישט פאר חברה מצילי אש. ביזט ג'הייערט געווארן דורך דער וואס האט אינטערגעצינדען די פייער.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרעגסט גוט. א תירוץ האסטו אויך??

(עס דערמאנט מיך פון מיין קשיא אין כתה ג' ווען מען האט געלערענט אין פרשת בשלח "נטית ימינך", און די רבי האט געטייטשט "די האסט גענייגט דיין רעכטע האנט". דאס איז געוועהן פונקט נאכדעם וואס די מנהל האט געענדיגט מסביר זיין אז ווען מ'רעדט צו א עלטערע מענטש דארף מען זאגן "איר" נישט "די". האב איך געפרעגט מיין רבי ווי אזוי מ'מעג רעדן צום אייבערשטער "די"?? ער האט געזאגט אז ס'איז זייער א גוטע קשיא , און ער ווייסט נישט קיין תירוץ....)
פארשפארט