בלאט 1 פון 1

אלף בית אלס נומערן (גימטריאות)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:19 pm
דורך פיש כאפער
ווייסט איינער דא ווען מען האט אנגעהויבען נוצן א״ב אלץ נומערן (א=1 ב=2 אא״וו)? לויט ווי איך פארשטיי איז עס שוין היבש אלט, אבער נישט זייער אלט, ווייל מען זעט גימטריאות אד״ג אין אור אלטע קבלה ספרים, אבער אין תנ״ך וועט מען נישט זען אן אנדייטונג אויף דעם. ביטע העלפט ארויס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:10 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס הייסט 'זייער אלט'? אין די גמ' ווערט שוין דערמאנט גימטריאות.

כידוע הסיפור, איינער האט געזאגט פאר א מתנגד פון וואו ווייסט מען אז סתם נזירות איז ל' יום? זאגט ר' מאיר'ל פרעמישלאנער ווייל אין פסוק שטייט נזיר יהיה און יהיה איז בגי' דרייסיג...

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:31 am
דורך רויטע וואנצעס
זעה דעם בלאט. הגם א קלארע מקור ברענגט מען נישט דארט.


ס'ווערט אויסגערעכנט אין די ל"ב המידות של רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי. זעה דא.

קוק דא פאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבער דעם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:11 am
דורך פיש כאפער
איך האב געזען אויף jewish encyclopedia www.jewishencyclopedia.com/articles/6571-gematria אז מען זעט אז די א״ב איז גענוצט געווארן אלץ נומערן נאך בזמן חשמונאים, אבער ער זאגט נישט וויאזוי ער ווייסט דאס…

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:31 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:23 pm
דורך עסקן בדברים
די השפעה איז דאכט זיך געקומען צו אונז פון די רומיים (roman numerals)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:42 am
דורך פיש כאפער
די גריכישע האבן שוין גענוצט זייער ׳אלפע בעטא״ אלץ נומערן. איך בין נישט איבערצייגט אז די רוימישע נומערן זענען באזירט אויף זייער אלפאבעטס, ביי די גריכישע איז עס קלאר.