בלאט 1 פון 1

גנבים: היימישע געגנטער זענען אפן פאר אייך!

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:28 pm
דורך נח בער
איך שרייב די פאלגנדע שורות מיט ציפעדיגע ווייטאג און מיט האפענונג אז דאס זאל מיט עפעס מתקן זיין דעם טרויעריגן מצב פון אומ'אחריות'דיגע בעלי בתים פון הייזער און ביזנעסער.

אין א קופקע האב איך מיטגעהאלטן ווי איינער פארציילט מיט ווייטאג איבער אן איינברעך אין זיין קאר ווען מען האט ראבירט פון דארט גאנץ טייערע סחורה און ווען ער האט פרובירט נאכצוגיין די שפורן פונעם באנדיט האט ער זיך אנגעשטויסן אין מויערנע ווענט.

צוערשט ווען די פאחיציי האט אים פארהערט כאילו ער איז גאר דער פארברעכער און מיט אן אומווילן געמאכט דעם רעפארט.

שפעטער איז ער ארומגעקראכן צו הייזער אייגנטימער און צו עטליכע ביזנעסער ארום דעם מקום הגניבה און נישט געקענט אפירקראצן קיין שום פאאטעדזש וואס זאל פירן צו עפעס זאכליך.

רוב האבן בכלל נישט געהאט קיין קעמרעס און די גכציילטע וואס יא, האבן געהאט אזוי אומקלאר און אנדערע האבן ניטאמאל געארבעט אזוי אז ער איז מיט גארנישט אנגעקומען.

שטעלט זיך די בויערנע פראגע, וואס איז פשט פון אזא נאכגעלאזנהייט?

מען קען דאך מיט אזויפיל צוהעלפן אויסרייניגןנדי פארברעכער און אפשפארן טויזנטער דאלער פון די מאסן קאר איינברעכעריי און רעדער שטעכעריי ווען מען וועט האבן א בילד פון די נאכט גנבים.

פארוואס זענען מענטשן מפקיר זייערע אייגענע פראפערטי און געגנטער מיטן האבן אומפונקציאנירנדע קעמרעס אויף זייערע געביידעס?

וויפיל לייבי קלעצקי פאסירונגען ברויכן געשען אז מען זאל אינוועסטירן די געציילטע נישטיגע גרייצער וואס קען פארמיידן די ביטערליכע נאכפאלגן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:25 am
דורך קאווע טרינקער
ס'דא נאך עצות
מ'האלט נישט טייערע חפצים אין קאר
מ'אינסטולירט א שופר תרועה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:29 am
דורך טיטאניק
נאך א עצה
מען האלט יא טייערע חפצים אין די קאר, נאכדעם מאכט מען אויף א ניק, און מען וויינט בפני קהל עם ועדה, תשובה מיט דמעות איז זייער גרויס, שערי דמעות לא ננעלו, אבער דאנט ווארי קיינער גיט נישט גנבענען די דמעות דארט, כאטש עס האט נישט קיין שלאס, ווייל עס איז נישט ווערד קיין סאך, א מוסר השכל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:10 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:נאך א עצה
מען האלט יא טייערע חפצים אין די קאר, נאכדעם מאכט מען אויף א ניק, און מען וויינט בפני קהל עם ועדה, תשובה מיט דמעות איז זייער גרויס, שערי דמעות לא ננעלו, אבער דאנט ווארי קיינער גיט נישט גנבענען די דמעות דארט, כאטש עס האט נישט קיין שלאס, ווייל עס איז נישט ווערד קיין סאך, א מוסר השכל

דאס הייסט געוויינט ווי א ביבער (מלשון ביבער הוט) :. דער ביבער וויינט ווען ער זעהט אז מ'האט ארויסגעלייגט א טרעפ פאר איהם, אבער ער גייט דאך אריין אין טרעפ. דאס האט א מגיד אמאל גענוצט אלס משל און מוסר השכל פאר די מענטשן וועלכע ווען ס'קומט דער חודש אלול טוען זיי תשובה מיט גרויסע בכיות, אבער זיי טוען די זעלבע נארישקייטן און עבירות איבער א יעדעס מאל. :roll: :lol: :x :oops:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:55 pm
דורך Sapir
איך האב געמיינט דו וועסט רעדן וועגו ווי גרינג היימישע מאכען אויף די טיר אינדערהיים פאר עניבאדי, איך מיין אויך פאר געלט גייערס.

קאר גניבות? רוב זענען וואס די קארס זענען נישט פארשפארט.

איך בשיטה מאך נישט אויף מיין טיר אינדערהיים פאר קיינעם, איך האב שוין ציפיהל מעשות געהערט.

איינער האלט אנדערש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:16 am
דורך נח בער
Sapir האט געשריבן:איך האב געמיינט דו וועסט רעדן וועגו ווי גרינג היימישע מאכען אויף די טיר אינדערהיים פאר עניבאדי, איך מיין אויך פאר געלט גייערס.

קאר גניבות? רוב זענען וואס די קארס זענען נישט פארשפארט.

איך בשיטה מאך נישט אויף מיין טיר אינדערהיים פאר קיינעם, איך האב שוין ציפיהל מעשות געהערט.

איינער האלט אנדערש?

דערצייל אביסל פון דיינע געהערטע מעשיות.

עס איז טאקע גרינג דאס עפענען א טיר פאר א געלט גייער אדער דעליווערי מאן אבער דאס עפנט נישט קיין טיר פאר רויבערייען.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:50 pm
דורך נח בער
האט דער אפיס קאמפלעקס וואו די שוידערליכע פארכאפונג האט פאסירט אויך נישט געהאט קיין געהעריגע קעמרעס?

די נייעס ברענגען אראפ א קליפ פון א האלבן בלאק ארויפציר.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
נח בער'ס ארטיקעל ציפט יעצט

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:46 am
דורך ידען
נח בער האט געשריבן:האט דער אפיס קאמפלעקס וואו די שוידערליכע פארכאפונג האט פאסירט אויך נישט געהאט קיין געהעריגע קעמרעס?

די נייעס ברענגען אראפ א קליפ פון א האלבן בלאק ארויפציר.

אויף די show פון ברענער יעצט שרייט אבראהאם וועגען דעם

ממש יעצט.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:01 am
דורך איחוד פעלד
וויזוי וויסט מען אז ער האט זיך געשלאגען פאר פינף מינוט?