בלאט 1 פון 1

פארמער פריים מיניסטער פון אר"י אין קריטישע צושטאנט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:01 am
דורך על המחיה
דער באקאנטער פארמער פריים מיניסטער פון אר"י און גרינדער פון די קדימה פארטיי אריק (אריאל בן וורה) שרון געפינט זיך שוין די לעצטע אכט יאהר און א קאממא
נעכטען האט זיך זיין מצב שטארק פאר'ערגערט און די דאקטורים זאגען אז די טעג זיינע זענען געציילטע

אינטרעסאנט צי באמערקען אז די סטראוק זיינע וואס האט אים אריינגעלייגט און קאמא האט ער געכאפט און January 04 2006, דאס הייסט שבת וועט ווערען 8 יאהר

ווי די איזראעלי פרעסס געט איבער האבען די משפחה מחליט געווען מער נישט צי פייטען פאר זיין וואוילזיין און לאזען די טבע טוהן דאס זייניגע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:37 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

אריק שרון נאנט צו טויט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:02 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מידיע באריכטן זאגן אז פארגאנגענער מדינת ישראל פרעימיער אריאל שרון האלט גאר נאנט ביים ענדע פון זיין לעבן. ער איז שוין אין א קאמע 8 יאר נאכן האבן א שטארקער סטראק אויפ'ן רעכטע זייט מח. וויאזוי געדענק איך דאס ווייל דאן האבן פרומע ציונים געזאגט אז ס'געקומען פאר א שטראף וואס ער האט צוריקגעגעבן שטחים פאר אראבער. אם אשכחך ירושלים תשכח ''ימיני'' האבן זיי אריינגעטייטשט. ווען ער האט געליטן דעם סטראק האט אולמערט איבערגענומען.

נישט זיכער אז זיין מאמע איז געווען א אידישע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:03 pm
דורך אפטעמיסט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:07 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אויפן ווידיא זעט מען נישט דעם והקב"ה מקיים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:25 pm
דורך Sapir
פין ווי נעמסטי אז זיין מאמע איז נישט געווען א ישראלית?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:28 pm
דורך Sapir
Sharon was born on 26 February 1928 in Kfar Malal, an agricultural moshav, then in the British Mandate of Palestine, to a family of Belarusian Jews—Shmuel Scheinerman (1896–1956) of Brest-Litovsk and Dvora Scheinerman (1900–1988) of Mogilev. His parents met at the Tbilisi State University, Georgia, where Sharon's father was studying agronomy and his mother had just started her fourth year of medical studies. As Bolshevik forces advanced towards independent Georgia, his parents emigrated to the British Mandate of Palestine, fleeing the pogroms associated with the Russian Civil War.


פין וויקיפידיע איז משמע אז זי איז א ישראלית

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:39 pm
דורך אפטעמיסט
די שאלה איז נישט אויב זיין מאמע איז געוועהן א ישראלית די פראגע איז אויב זי איז א אידיש קינד. כ'ווייס נישט וואס ס'איז משמע פון וויקיפידיע, אבער פון זיין אומדערהערטע רשעות צו פארטרייבן טויזענטע אידן פון זייער היימען איז משמע אז ער איז נישט קיין איד.
ס'איז גראדע א באקאנטע שפעקעלאציע אויב זי איז געוועהן א איד, און אסאך איז שוין ארומגערעד געווארן דערוועגן. זעה למשל דא און דא

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:14 am
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מידיע באריכטן זאגן אז פארגאנגענער מדינת ישראל פרעימיער אריאל שרון האלט גאר נאנט ביים ענדע פון זיין לעבן. ער איז שוין אין א קאמע 8 יאר נאכן האבן א שטארקער סטראק אויפ'ן רעכטע זייט מח. וויאזוי געדענק איך דאס ווייל דאן האבן פרומע ציונים געזאגט אז ס'געקומען פאר א שטראף וואס ער האט צוריקגעגעבן שטחים פאר אראבער. אם אשכחך ירושלים תשכח ''ימיני'' האבן זיי אריינגעטייטשט. ווען ער האט געליטן דעם סטראק האט אולמערט איבערגענומען.

נישט זיכער אז זיין מאמע איז געווען א אידישע.

יא זיכער אז זי איז נישט געווען א אידישע און קיין איינער פון די אנדערע תושבים פון קיבוץ וואו די שיינערמאנס האבן געוואוינט געדענקט אז זיי זאל זיך אמאל האבן מגייר געווען. :roll: :cry: :o :oops:

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:56 am
דורך געפילטע פיש
נאך א מזל די אדמורי"ם זענען נישט געקומען פראטעסטירן אין ניו יארק, ווען יא וואלט עס געווען זייער מופת.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:24 am
דורך נאר,,פרייליך
די מזרחי'ניקעס האבען פארופען א יום תפילה פאר זיין רפואה די חסידים זייערע דא אויפען שטיבעל זאלען מזכיר זיין די נאמען

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:20 pm
דורך טעפל
וויפיל מאהל איז ער שוין געשטארבען היינט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:54 am
דורך אפטעמיסט
שרון'ס מצב האט זיך גאר שטארק פארערגערט. ער גוסס'ט.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4475087,00.html

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:18 am
דורך אפטעמיסט
אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן אן אז שרון איז טויט.

שרון איז געשטארבן

נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 12:54 pm
דורך עוד מישהו
היינט שבת האט שרון געמאכט א סוף צו אלע שמועות און ער איז טאקע געשטארבן.
דאס איז שוין אך אכט יאר זיין כמעט טויט, מיט מערערע שמועות צו ער לעבט צו נישט.