פון די אמאליגע קאווע שטיבלעך ביז די היינטיגע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3591 מאל

פון די אמאליגע קאווע שטיבלעך ביז די היינטיגע

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]אונזער קאווע שטיבל טראגט דעם סלאגאן "א רואיג ווינקעל צו שמועסן און פארברענגען", און עס איז טאקע אזוי, א געשמאקע פלאץ וואו מען קען פארברענגען צווישן חברים מקשיבים, מען קען זיך רואיג אויסשמועסן וואס עס ליגט באמת אויפן הארץ, מען מוז נישט נאכטאנצן און נאכפויקן אלעס וואס יענער פארקויפט. אנדערש ווי די קאווע שטיבל אין ביהמ"ד וואו מען האט מורא ארויס צו זאגן א ווארט פארקערט ווי די אנגענומענע מיינונגען, אנדערש ווי אין אלע היימישע אויסגאבעס וואו מען קען בלויז ליינען וואס די גאס זאגט, קען מען אבער דא אין שטיבל ליינען און זאגן וואס די גאס האלט באמת, און וואס עס ליגט אויף די געוויסן פונעם עולם, אן די מורא פון ווערן פארשריגן.

און עס קומט זיך באמת א גרויסן דאנק פאר די גרינדער און אנפירער פונעם שטיבל פארן אהערשטעלן דעם הערליכן מקום, און ווי אויך פאר אלע חברים - כל אחד בשמו יבורך - וואס לאזן זיך הערן, און מען דערקוויקט זיך מיט זייערע געשמאקע שיינע מאמרים וואס צוגייט אין די ביינער.

זיכער זענען דא אסאך וואס עס שמעקט זיי נישט די גאנצע עסק. ווי איז דאס געהערט געווארן אז מען זאל מעגן זאגן און טראכטן אביסל אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונגען פון די אידישע גאס? מען האט זיך אייביג געפירט אז מען שטופט אלעס אריין אונטערן קארפעט און שוין. אבער ב"ה אז עס איז דא א גרויסער ציבור אידן וואס ווילן זיך יא דורך שמועסן, און טאקע אויף אן אמת'ן פארנעם, און דאס פארמירט אונזער אזוי באליבטער שטיבל.

איך זאג נישט אז אלעס וואס ווערט געשריבן אין שטיבל איז מיר אזוי צום הארצן, עס איז דא זאכן וואס עס שמעקט מיר בכלל נישט. אבער פאר דעם זענען מיר דא, צו הערן וואס יענער האט צו זאגן און עס אויסשמועסן בדיבוק חברים, דאס איז נישט קיין וועג צו צומאכן די מויל אויער און נאז און נישט וועלן הערן וואס א צווייטער האט צו זאגן, ווי לאנג עס איז נישט קעגן די תורה קען מען זאגן שרייבן הערן און רעאגירן, און צום סוף קומט ארויס די אמת, ואת והב בסופה.


די היסטאריע פון קאווע שטיבלעך
עס איז אינטערעסאנט איבערצוגיין די היסטאריע פון קאווע שטיבלעך פון אמאל.

די ערשטע קאווע שטיבל אין די וועלט האט זיך געעפנט מיט בערך 600 יאר צוריק אין די שטאט אינסטאנבול אין טערקיי. איין קאווע געשעפט וואס האט פארקויפט קאווע האט אפגעמאכט אז ער וועט צולייגן אין געשעפט עטליכע טישן און בענק, אז מען זאל זיך קענען אראפזעצן און טרינקען א קאווע אויפן פלאץ. ער האט אבער נישט געוואוסט וואסערע איבערקערענישן דאס וועט נאך אנמאכן אויף די וועלט, און ווי אזוי דאס גייט טוישן די היסטאריע.

גאנץ שנעל איז דער קאווע שטיבל געווארן א פלאץ וואס האט געצויגן מענטשן וואס זענען געקומען דארט פארברענגן און זיך אויסשמועסן רואיגערהייט איבער א גלעזל הייסע קאווע. אנשטאט די מעטשעטן (אראבישע קירכעס) וואס איז ביז דאן געווען דער עיקר פלאץ וואו מען פלעגט זיך צוזאם קומען, האבן דאס די קאווע שטיבלעך איבער גענומען, און מען פלעגט זיך דארט צונויף שמועסן, און לאו דוקא איבער צו חזר'ן וואס דער אימאם האט געזאגט, נאר טאקע צו שמועסן דעם אמת וואס איז זיי געליגן אויפן הארצן, מען האט געשמועסט פאליטיק וכדו', און דארט האט מען געקענט רעדן קעגן די מלוכה אן קיין מורא.

די אראבישע גייסטליכע פירער האבן געזעהן אין די קאווע שטיבלעך א גרויסער שטער פאר זייערע אגענדעס, דארט האט מען די חוצפה צו שמועסן זאכן וואס מען וואלט קיינמאל נישט גערעדט אין מעטשעט, האבן זיי אויפגעהויבן א קול מחאה און זיי האבן פארבאטן די קאווע שטיבלעך און בכלל דאס טרינקען קאווע, מיט די טענה אז דאס ענדלט שטארק צו די וויין-שענק וואו מען קען צוקומען צו הוללות. דאס האט אנגעהאלטן עטליכע יאר ביז עס איז געקומען איין אימאם און גע'טענה'ט אז מען קען נישט פארבאטן א זאך וואס שטייט נישט אינעם קוראן מפורש לאיסור, און דאן האט זיך צוריק אנגעהויבן דאס טרינקען קאווע און די קאווע שטיבלעך.


די פארבאט אויף קאווע שטיבלעך אין ענגלאנד
אומגעפער מיט א הונדערט יאר שפעטער האט דאס באנוץ פון קאווע אריבער געשפרייזט קיין אייראפע, עס האבן זיך אנגעהויבן עפענען קאווע שטיבלעך אין אייראפע. די ערשטע קאווע שטיבל אין לאנדאן-ענגלאנד האט זיך געעפנט 1652 דורך א איד מיטן נאמען יעקב, און בליץ שנעל האט זיך עס אנגעהויבן צו פארשפרייטן, עס האבן זיך געעפנט אסאך קאווע שטיבלעך איינס נאך די אנדערע.

און אזוי ווי ביי די מוסלומענער, זענען אויך די קאווע שטיבלעך אין אייראפע געווארן א צוזאמקום פלאץ פאר די אלע וואס וואגן זיך צו טראכטן אינדרויסן פון באקס, דארט האט מען גערעדט און דעבאטירט זאכן וואס איז נישט געווען אין איינקלאנג מיט די אפיציעלע שיטות פונעם לאנד, מען האט זיך ערלויבט צו רעדן קעגן די מלוכה, מען האט געשמועסט זאכן וואס מען האט נישט געקענט און נישט געטארט שמועסן אויפן גאס.

דאס האט אנגעהויבן ציען מער און מער מענטשן. ווי געשמאק איז צו האבן א פלאץ וואו מען רואיג פארברענגען און ארויס זאגן וואס עס קוועטש באמת אויפן הארצן אן די מורא פון ווערן פארשריגן דורך אנדערע, און דאס האט אנגעהויבן ברענגן א קאנטאר-רעאקציע.

אנגעהויבן האט זיך עס ביי די פרויען. די קאווע שטיבלעך זענען געווען נאר פאר די מענער, און אזוי ווי די מענער האבן געהאט א געשמאק צו פארברענגען אין קאווע שטיבל, האבן זיי צוליב דעם פארלוירן די אינטערעס אין זייערע פרויען, און דאס האט זייער שלעכט אויסגעקלאפט אויף זיי, זיי זענען געווען זייער ברוגז אויף די שטיבלעך, ביז זיי זענען ארויס געקומען אין יאר 1674 מיט אן עפענטליכן בריוו צום קעניג טשארלס דער צווייטער אז ער זאל גענצליך פארבאטן די קאווע שטיבלעך.

אינעם בריוו שרייבן זיי אז מען זאל פארבאטן די שטיבלעך ווייל די מענער פארלירן זייער אינטערעס אין די פרויען, און די מענער ווערן מער נאריש ווען זיי דרייען זיך דארט, זיי הייבן צו רעדן צו סאך, זיי הייבן אן רעדן אזוי ווי די פרויען…

און דאס האט לכאורה געגעבן די לעצטע שטופ פארן קעניג טאקע צו פארבאטן די קאווע שטיבלעך, ער איז שוין לאנג ברוגז געווען אויף די שטיבלעך, וואו מען האט פילאזאפירט און פאליטיקירט און גערעדט קעגן אים, און אין יאר 1675, א יאר נאך די בריוו פון די פרויען, איז דער קעניג ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז ער פארבאט גענצליך די קאווע שטיבלעך. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געקענט אפן זאגן אז ער זארגט זיך פשוט פאר זיין אייגענע קאפ, האט ער געשריבן אז די שטיבלעך מאכן אז מענטשן זאלן פארברענגן די צייט מיט נארישקייטן, מען רעדט א גאנצן טאג שטותים והבלים, עס איז א פלאץ צו פארשפרייטן אלע לשון הרע'ס און רומערס, און דאס שטערט די רוהיגקייט פון די מלוכה.

אבער אזוי ווי דער עולם איז שוין געווען אביסל אויפגעקלערט פון די קאווע שטיבלעך, האט מען זיך שוין נישט געלאזט פון אים, דער המון עם האט געפילט ווי מען נעמט זיי צו דאס לעצטע פלאץ וואו זיי קענען זיך אביסל אויסגעבן, עס האט אויסגעבראכן אזעלכע אומרוען, אז ביז 11 טאג האט דער קעניג געמוזט צוריקציען פון זיין גזירה, נאך איידער אפילו עס איז אריין אין קראפט.

למעשה האבן די קאווע שטיבלעך ווייטער געמאכט גרויסע מהפיכות. די אידילאגיע פון א פרייע דעמאקראטישע אמעריקע האט מען דארט דורך געשמועסט, א גרויס חלק פון די גרינט-פרינציפן פון די אמעריקאנע קאנסטיטוציע זענען דארט אויסגעשמועסט און אויסגעארבעט געווארן. בענזשאמין פרענקלען האט דארט אסאך פארברענגט און געשריבען דארט אסאך בריוו און ארטיקלען, וואס פון דעם איז צום סוף נשתלשל געווארן אונזער פרייע אמעריקע, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן דורך אנדערע לענדער. מען האט זיך מער נישט געלאזט אונטערדרוקן, יעדער מעג זאגן זיינע מיינונגען אומגעשטערט.


די שטודיע אין שוועדן...
אין שוועדן האט יא אנגעהאלטן פאר לאנגע יארן א פארבאט אויף קאווע און קאווע שטיבלעך, דארט האט דער קעניג עס פארשלייערט אין אנדערע תירוצים, ער האט גע'טענה'ט אז עס איז פשוט נישט געזונט, און מען קען נישט צולאזן אז דער עולם זאל פאר'סמ'ט ווערן פון די שעדליכע קעהפין וואס ליגט אין די קאווע באנדלעך.

עס איז נאר אינטערעסאנט די שטודיע וואס ער האט געמאכט דערויף. ער האט גענומען צוויי מענטשן וואס זענען געזיצן אין תפיסה פאראורטיילט צום טויט, און ער האט געהייסן אז מען זאל זיי געבן צו טרינקען נאר איין סארט געטראנק עד יום מותם, פאר איינעם זאל מען געבן נאר קאווע צו טרינקען, און פארן צווייטן נאר טיי. און ער האט געשטעלט צוויי פון זיינע בעסטע דאקטורים אז זיי זאלן נאכקוקן די צוויי מענטשן און זעהן די רעזולטאטן.

די רעזולטאטן זענען געווען אז די צוויי דאקטורים זענען קודם געשטארבן.. דער קעניג איז גע'הרג'ט געווארן עטליכע יאר שפעטער.. און לאנגע יארן שפעטער איז דער ערשטער פון די ארעסטאנטן געשטארבן, דאס איז געווען דער וואס האט געטרינקען נאר טיי.. און דער קאווע טרינקער האט זוכה געווען צו לאנגע געזונטע יארן.. ער האט זיי אלע איבערגעלעבט…


די אמת'ע סיבה
א גרויסער פילאסאף פון יענע יארן מיטן נאמען שארל מאנטעסקיו, וואס איז באקאנט אלס א גרויסער לוחם קעגן די מאנארכיעס, ער האט אסאך געקעמפט פאר דעמאקראטיע. ער האט גע'טענה'ט אז די סיבה פון די אלע השתדלות וואס די קעניגרייכן האט געמאכט צו פארבאטן קאווע קומט נאר ווייל קאווע מאכט קלוג, עס וועקט אויף דעם מענטש און מאכט אים אנהייבן טראכטן, און דאס איז א זאך פון וואס די קעניגן האבן דאס מערסטע מורא. "ווען איך וואלט געווען קעניג" - האט ער זיך אויסגעדרוקט - "וואלט איך פארבאטן אפילו צו געבן איין שלינג קאווע", ענדערש זאל דער המון גיין אין די שענק-הייזער און זיך אנטרינקען מיט וויין און פארלירן דעם שכל, נאר אזוי וועלן די קעניגרייכן האבן א קיום. און בפשטות האט ער בעיקר געמיינט די קאווע שטיבלעך, וואס דארט איז געווען די פלאץ צו פארברענגן און בונטעווען קעגן די קעניגרייכן.


צום שלוס:
היסטאריע חזר'ט זיך איבער. איך וועל איבערלאזן פאר אייך צו ציען דעם פאראלעל פון די אמאליגע קאווע שטיבלעך און די התנגדות דערקעגן, צו אונזער היינטיגע ווירטואלע קאווע שטיבל. די ענליכקייטן זענען עפעס זייער אינטערעסאנט.

מיר אידישע קינדער זענען געבינדען בלויז צו די הייליגע תורה, צו די אלע געבאטן וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, און ווי אזוי חכמי ישראל האבן עס מפרש געווען במשך הדורות. אבער פון דעם איז געווארן אזא "היימישע סיסטעם", עס האט אסאך מעלות אבער אויך חסרונות. דאס איז נארמאל, יעדע סיסטעם האט מעלות און חסרונות. דער פראבלעם איז נאר אז מען קען נישט אויסשמועסן די חסרונות, און אויב איינער הייבט אויף זיין קול ווערט ער גלייך פארשוויגן, פארוואס זאל מען נישט קענען און נישט טארן אדורך שמועסן בדיבוק חברים די פראבלעמען וואס מוטשען אונז? אפשר וועט אזוי ארום ארויסקומען עפעס לעזונגען, צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער סאסייעטי?

אזוי ווי אין די ווירקליכע קאווע שטיבלעך אין אונזערע בתי מדרשים קען מען דערווייל נאכנישט געהעריג זיך דורכשמועסן, האט דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו געהאלפן אז מען האט אהערגעשטעלט א ווירטואלער קאווע שטיבל, ווי מען קען זיך צינויף קומען און זיך אדורך שמועסן און קיין פחד און מורא. און דאס טאר מען נישט אונטערשאצן, קאווע שטיבלעך האבן שוין געמאכט גרויסע איבערקערענישן במשך הדורות, ווי געזאגט פריער האט זיך אונזער אמעריקאנער פרייהייט אנגעהויבן אין קאווע שטיבל. די גרויסע ניו יארק סטאק עקסטשענטש האט זיך אנגעהויבן מיט א קאווע שטיבל, מען האט אזויפיל ביזנעס געפירט אינעם יענעם קאווע שטיבל אז עס איז דערפון געווארן די סטאק עקסטשענטש. און נאך פילע גרויסע לייסטונגען פאר די מענטשהייט איז געשעהן אין קאווע שטיבלעך. און אונזער קאווע שטיבל האט שוין אויך, און וועט נאך אסאך, לייסטן פאר אלע אידישע קינדער.

אָז נִדְבְּרוּ יִרְאֵי ה' אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ וַיַּקְשֵׁב ה' וַיִּשְׁמָע וַיִּכָּתֵב סֵפֶר זִכָּרוֹן לְפָנָיו לְיִרְאֵי ה' וּלְחֹשְׁבֵי שְׁמוֹ. אין נדברו אלא לשון נחת. (מכות יא.)

"אבל שיחת כשרי ישראל וצדיקיהם אינה אלא בדברי תורה ודברי חכמה, ולפיכך הקב"ה עוזר על ידן ומזכה אותן בה, שנאמר, אָז נִדְבְּרוּ יִרְאֵי ה' אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ וַיַּקְשֵׁב ה' וַיִּשְׁמָע וַיִּכָּתֵב סֵפֶר זִכָּרוֹן לְפָנָיו לְיִרְאֵי ה' וּלְחֹשְׁבֵי שְׁמוֹ". (רמב"ם, הל' טומאת צרעת טז, יט)

#מייןטויזנסטעתגובה[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר