בלאט 1 פון 1
האט סאטמאר רב אויפגעמאכט בתי מדרשים?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:31 pm
דורך קעגן די נעט
די אשכול איז אינספייערט געווארן דורך אן אשכול וואס איינער האט דא געפענט מיט אן ענליך קעפל. ("האט סאטמאר רב אויפגעמאכט מדרשים?")
וועט זיין אינטערעסאנט צו שרייבן און ציילן וויפיל סאטמארע בתי מדרשים איז דא ארום דער וועלט. דער ערשטער סאטמאר בית המדרש איז לכאורה געווען 500 בעדפארד, דאס צווייטע אויף 550 בעדפארד. דאס דריטע 152 ראדני. שפעטער איז צוגעקומען קינגס טערערס (ווען?) און זופניק מיט קליימער. היינט איז דא בערך 25 סאטמאר בתי מדרשים און שטיבלעך בלויז אין וויליאמסבורג אליינס. (און דאס איז נאך בעפאר אריינרעכען נאנאש, מאדע, וכדומה וואס גייען אויך מיט די שיטה
)
וויפיל זענען דא איז מאנסי, 3? אין בארא פארק איז דא ארום 10 ?
לאנדאן 5 ?
וויפיל זענען דא אין מאנטריאל? מאנשעסטער האט לעצטענס א נייע שול. איז דא א סאטמאר ביהמ"ד אין וויען? אסטראליע? בראזיל? ארגענטינע?
צוריק צום קעפל, וויפיל סאטמארער בתי מדרשים איז דא אויפן כדור הארץ וואס סאטמאר רב האט אויפגעמאכט? (ווייל אלעס איז מכוחו)
קומט עס אן צו 100 שטיק?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:41 pm
דורך גד החוזה
למען יתר הפונקטליכקייט, פון א היסטורישע קוק, וויפיל בתי מדרשים האט ער אויפגעמאכט...
ביז תשכ"ח
פון תשכ"ח ביז כ"ו אב תשל"ט
כ"ו אב תשל"ט ביז כ"ו תש"מ
פון תש"מ ביז בהעלותך תשנ"ט
בהעלותך תשנ"ט ביז ניסן תשס"ו
ניסן תשס"ו עד היום הזה
יעצט רעכען אריין ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא האט ער פארמאגט אין שוהל אין שטאט סאטמאר (וואס האט געהייסען ביהמ"ד דחסידי אורשיווא)
ווען ער איז שוין געוועהן סאטמאר רב האט ער געהאט א בית מדרש אין שטאט קראלי און אין ירושלים עיה"ק
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:55 pm
דורך טאמעס דזעפערסאן
אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:57 pm
דורך פיטומי מילי
Do you really think that anyone here cares
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:57 pm
דורך מ גפני
די ערשטע סאטמארע ביהמ"ד וואס דער רבי ז"ל האט געעפנט איז מסתם אהל רחל אין ירושלים עיה"ק
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:59 pm
דורך טאמעס דזעפערסאן
פיטומי מילי האט געשריבן:Do you really think that anyone here cares
איך פיר מיר נישט צו ראגירן צו די וואס באניצן זיך מיט עפעס אנדערש ווי מאמע לשון. קענסט אידיש? אויב נישט אם אימנה אשמלה ואם אשמלה אימנה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
שם א גוי'עשע, לשון נאר אידיש? מה פשט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:19 pm
דורך פיטומי מילי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שם א גוי'עשע, לשון נאר אידיש? מה פשט?
דאס זענען צורידערטע אנגעווייטאגטע בני יואל מענטשען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:20 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מיליאן הופער סטריט? האסט פארגעסען?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:22 pm
דורך קעגן די נעט
גארנישט פארגעסן ס'איז אלעס אריינגערעכנט אין די 25 בתי מדרשים. איז דא מער פון 25 אין ווילי?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:41 pm
דורך דעת תורה
מ גפני האט געשריבן:די ערשטע סאטמארע ביהמ"ד וואס דער רבי ז"ל האט געעפנט איז מסתם אהל רחל אין ירושלים עיה"ק
מען האט געברענגט פריער דעם ארשיווער ביהמ"ד אין סאטמאר ווען דער רבי האט נאך געוואוינט אין ארשיווע.
גראדע מיין איך אז די שול איז שוין געשטאנען נאך בעפאר ער איז געווארן רב אין ארשיווע בכלל, בלויז וואוינענדיג אלס אינגערמאן אין סאטמאר.
ONLY answers in YIDDISH
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:48 pm
דורך gergele
Dayn NICK '' THOMAS JEFFERSON '' sounds real YIDDISH.....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:53 am
דורך יאיר
די מיליאן דאלער שאלה איז, צו רעכנט מען יעדן בית המדרש וואס ער האט אויפגעמאכט פאר איינס אדער פאר צוויי?
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:35 am
דורך כתר מלכות
יאיר האט געשריבן:די מיליאן דאלער שאלה איז, צו רעכנט מען יעדן בית המדרש וואס ער האט אויפגעמאכט פאר איינס אדער פאר צוויי?
אויב איך מעג דיר קארעקטן, עס איז נישט א מיליאן דאלער שאלה, עס איז א שאלה פון שווערע מליאנען.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:43 pm
דורך שמעון וואלף
משוגעים!
סאטמאר רב האט נישט געעפענט קיין שולן. ווי ס'האבן געוואינט א קבוצה סאטמערע חסידים האבן "זיי" געעפענט די שולן. הערשט נאכ'ן עפענען האט מען ארויפגעלייגט די סיין בנשיאות וכו'.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:34 pm
דורך קאווע טרינקער
אויסער פאפא צעהלים און וויען, האט ער אסאך שוהל'ן פארמאכט.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:28 pm
דורך גנדי
וויפיל שול׳ן האט יונג איזראעיל און אגודת ישראל געגרינדעט?
וויפיל שולען האט דער ליובאוויטשער רבי געגרינדעט?
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:46 pm
דורך שמעון וואלף
אז די ברענגסט ארויף אגודת ישראל שולן איז מיר טאקע אינטערעסאנט צו וויסן אויב אין די לעצטע 30 - 20 האט זיך געעפענט עני נייע אגודת ישראל שול.( די נייע שול אויף 49 אין בארא פארק פלעגט זיין אויף 14 עוו., זיי האבן זיך אריבערגעצויגן צו א נייע לתקציב אבער ס'איז אן אלטע שול.)
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
דער זיכרון איז זייער אן אינטרעסאנטע זאך. איינס פון די נפלאות הבורא. ליינענדיג די תגובה, פון אנדערטהאלבן יאר צוריק, איז עס מיר זייער שטארק געפאלן. איך האב געזוכט דעם לייק באטן. געוואלט געבן א לייק. פלוצלינג זעה איך גאר אז איך אליינס בין דער בעל המימרא...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:14 am
דורך [NAMELESS]
בערל'ן, כ'האב דאך יא א גוטע זכרון, האב איך מיך דערמאנט אז דו האסט שוין אמאל געשריבן דעם זעלבן סארט תגובה, עי' כאן ותמצא נחת...
viewtopic.php?p=265736#p265736, ודו"ק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:16 am
דורך [NAMELESS]