קען מען זיך געבן א דריי איינמאהל מען האט שוין קינדער?

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

קען מען זיך געבן א דריי איינמאהל מען האט שוין קינדער?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

מיינע טייערע גוטע פריינד, איך ווייס נישט אויב די נושא איז נוגע פאר אלע ליינער, פשוט ווייל מיר זענען נישט אלע אין די זעלבע יארגאנג, אבער איך וויל שוין לאנג וויסען א געוויסע ענין אין געוואלט וויסען אויב איינער וואלט מיך געקענט ארויסהעלפן,
די מעשה איז אזוי א אינגערמאן האט חתונה געהאט בשעה טובה ומצלחת, און ער הייבט אן בויען זיין בית נאמן בישראל, און פארשטייט זיך אז יעדער וויל בויען א ערליכע היימישע אידישע שטוב, און פינקט ווי ביי יעדע זאך איז דא געוויסע זאכן ווי מען ריפט עס "גייד ליינס" אויף וואס א שטוב איז געבויעט. און יעדער האט זיך אויף דעם זיינע דעות אין זיינע פרינציפטען, צו ווייל ער פארשטייט אליין אז אזוי איז ריכטיג צו טוען, אדער ווייל ער האט אזוי געזעהן ביי זיינע עלטערען.
און ביי די גייד ליינס איז דא אסאך חלקים ווי למשל זאכן וואס זענען נוגע פאר די גאנצע שטוב, ווי געוויסע זאכן וואס קען נישט אריינקומען אין שטוב, ווי למשל אלבוים'ס פון געוויסע בעלי מנגנים, אדער געוויסע ליין מאטריאל, אדער וועלעכע הכשר מען קען יא אדער נישט עסען, וכו' וכו', און אויך איז דא ענינים ווי מען זאגט בין אדם לחבירו, ווי אזוי מען פירט זיך אויף און שטוב, מען רעדט איידל, מען שטופט נישט סתם די צייט ווען מען איז און שטוב, מען האט א געוויסע פאון, מען גייט מיט א רעקעל/ היט בשעתן עס'ן, וכו' וכו' וואס קאווע שטיבעל איז צו קורץ אויסצושרייבן .
אבער דא פאנגט זיך אן מיין שאלה, דער אינגערמאן איז נאך שנה ראשונה ער ווייסט נישט פון קיין דאגות פון זיין לעבן צו זאגן, צו דארף ער זיך שוין יעצט אנהייבן זיך צו פיר'ן מיט די אויבער דערמאנטע ענינים אדער ניין? צו זאג איך אז ווייל יעצט אז קיינער איז נאך נישט און שטוב פארוואס זאל ער נישט גיין קויפן א געשמאקע DVD צו קוקען מיט זיין נארוואס געקליבענע אשת חיל?, א זאך וואס ער וואלט קיינמאהל און דער וועלט נישט געטוען ווען זיינע קינדער זענען שוין דארט; אדער ניין מען קען זיך נישט פאפען, אויב האלטסטו אז א ערליכע שטוב גייט נישט אזוי, דארפסטו שוין יעצט אנהייבן צו טוען דערין, ווייל איינמאהל די וועסט זיך שוין צוגעווינען צו א געוויסע וועג וועסטו זיך שוין נישט קענען טוישן,
און דאס איז נוגע אויף טויזנטער משלים און ענינים, און יעדער קען זיך אויסמשלן די שאלה ביי זיינע שוואכקייטן, לב יודע....
איך וואלט הנאה געהאט ווען איינער קען דא אביסעל אויפקלערען די נושא.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך פערזענליך האלט אז א איד דארף לעבן אין די הוה, אויב יעצט האט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט זאל ער דאס טון, און דער באשעפער וועט שוין העלפן אויפ'ן עתיד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אפשר איז דאס מרומז אין דיין ניק, מצטמק= ווען ס'וועט זיין קליינע קינדער, ויפה= וועסטו זיך פארבעסערן.
ערענסט גערעד, איך האלט פון לעבן אן אויפריכטיגער לעבן און נישט קיין דאפעלטע און פאלשע לעבן. אויב האסטו א פראבלעם אז דיינע קינדער קוקן די ווי די'ס און עסן אנע היט און רעקל, זיי מוחל טו דאס נישט אליינס. פרעקטיס וואט יו פריעטש זאגט מען ביי אונז אין ענגליש.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

יישר כח יאיר,
איך האף אז די ביסט א שטארקע בעל בטחון און אלע ענינים :lol:
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מצטמק ויפה האט געשריבן: פארוואס זאל ער נישט גיין קויפן א געשמאקע DVD צו קוקען מיט זיין נארוואס געקליבענע אשת חיל?

ווער קלויבט היינט ביי אונז דעם אשת חיל?? אויב עפעס דארף דיין טאטע אדער מאמע וואטשן מיט איר דעם dvd
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפטעמיסט האט געשריבן:ערענסט גערעד, איך האלט פון לעבן אן אויפריכטיגער לעבן און נישט קיין דאפעלטע און פאלשע לעבן. אויב האסטו א פראבלעם אז דיינע קינדער קוקן די ווי די'ס און עסן אנע היט און רעקל, זיי מוחל טו דאס נישט אליינס. פרעקטיס וואט יו פריעטש זאגט מען ביי אונז אין ענגליש.

און אויב לעת עתה פאר דיר זעסטו נישט קיין פראבלעם פון עסן אדער שלאפן אן א הוט (ס'נאך דא אזעלכע?) דאן פארוואס זאלסטו ארויפלייגן די שגעונות אויף דיינע קינדער? וועם פראבירסט צו געפעלן?
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

זייט סאלקא האט זיך פארמאכט גלייב אז די נומערן פון די וואס שלאפן מיט די הוט האט זיך דראסטיש רעדוצירט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס זאלסטו ארויפלייגן די שגעונות אויף דיינע קינדער? וועם פראבירסט צו געפעלן?

[tag]געפילטע פיש[/tag],

באקוק דיין פאסט קעסטל. נעם ארויס דער בריוו וואס איז אנגעקומען, ליין וואס די הנהלה וויל זאלסט חתמ'נען:

"איך פלוני בן פלוני מעיר פלוני באשטעטיג אז מיין שטוב ווערט געפירט לויט די פארשריפן וואס די הנהלה האט אויסגעשטעלט פאר די וואוילזיין פון מיין זוהן'ס חינוך. 1. איך עס נאר מיט א היט, 2. איך שנייד די פיצא מיט א מעסער און גאפל, 3. איך גיי הכנות מיט די גארטל, 4. איך וויש מיך קינוח סעודה מיט די ציצית, 5. איך טרעט אריין אין ליווינג רום מיט די נאסע שיך, 6. און איך קעם נישט אויס מיין בארד. איך באשטעטיג אז איך פארשטיי אז אויב די הנהלה וועט געוואויער ווערן אז איך האלט מיך נישט צו די דאזיגע פארשריפטן האבן זיי די רעכט ארויפצוקלעבן א היט אויף מיין קאפ מיט די מילך-אייער-וואסער-מעהל גלו שריים פון די הפגנות, מיך שיקן פרי-קאט פיצא, מיטשיקן א שומר אויף הכנות, אויפטוישן מיין ציצית אין מקוה פאר א אנגעחזיר'טע, ארלעדיגן מיט'ן אויבערשטן שכן עס זאל ווערן א ליעק אין מיין ליווינג רום, און אהינפלאטשקענען א קנאבל בארד צו מיין ריכטונג אין מקוה.X_________________________________."


:lol: #דזאסטקידדינג
(- - -)
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

לאמיר עס מאכן אביסעל קלארער און אנטשולדיג פארן געבן די משל מיט א הוט בשעסן עסן, וואס איז גראדע נאר געווען א פליטת פה.
אבער לאמיר זאגן למשל האבן א סמארט פאון; איז יעצט קען ער זיצען א גאנצען טאג אויף וואטס אפ און זיך צאמזעהן מיט הבל הבלים און נארישקייטן, אבער יעדער פארשטייט אז קינדער זאלן זעהן ווי די טאטע איז פארנומען א גאנצען טאג מיט נארישע ווידיאוס און אנדערע נארישקייטן, האט דאס זייער א שלעכטע השפעה אויפ'ן שטוב. און לאמיר רעדען טאקע פין די משל פון דעם DVD; יעצט אז ער איז נאך אליין און ערוואקסען האלט ער אז ער מעג זיך אמאל נאכגעבן און זיך אויסליפטערן מיט א DVD, אבער פארשטייט זיך אז פאר די קינדער וואלט ער נישט מסכים געווען זיי זאלען זעהן די זאכן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די זאכן וואס דו טוסט אין בעדרום מיט דיין ווייב פאסט אויך נישט פאר דיינע קינדער נאכצוטוהן, ספעציעל מיט זייער אייגענע מאמע. ממילא גייסטו אויפהערן עס צו טוהן ווען דו האסט קינדער?

איך זאג נישט מ'זאל פאפן די קינדער און שפילן די פרומע געים פאר זיי, אבער געוויסע זאכן וואס זענען געאייגענט פאר עלטערע וואס זענען נישט געמאכט פאר קינדער, למשל מאוויס זענען דא וואס זענען געמאכט נאר פאר ערוואקסענע, און אנדערע מאוויס זענען געאייגענט פאר קינדער, דאס מיינט נישט אז מ'טוישט עפעס וועגן די קינדער, נאר אז אין זייער אנוועזענהייט קוקט מען נישט יענע זאכן.
זיצן אויף וואטסעפ א גאנצע טאג איז נישט געזונט נישט פאר חינוך, און אויך נישט פאר שלום בית, אבער נארמאל מיט א מאס, פארוואס נישט? אויב האלטסטו אז ס'איז ראנג, ס'נישט די אימעדזש וואס דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זען, דעמאלס אדער פאפסטו זיך אליינס, אדער ווילסטו פאפן דיינע קינדער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס זאלסטו ארויפלייגן די שגעונות אויף דיינע קינדער? וועם פראבירסט צו געפעלן?

[tag]געפילטע פיש[/tag],

באקוק דיין פאסט קעסטל. נעם ארויס דער בריוו וואס איז אנגעקומען, ליין וואס די הנהלה וויל זאלסט חתמ'נען:

[b]"איך פלוני בן פלוני מעיר פלוני באשטעטיג אז מיין שטוב ווערט געפירט לויט די פארשריפן וואס די הנהלה האט אויסגעשטעלט פאר די וואוילזיין פון מיין זוהן'ס חינוך.
1. איך עס נאר מיט א היט,
ווינטער ווען ס'איז קאלט עס איך מיט א הוט, אויב טרעף איך נישט ס'אייגענע טוה איך אן דאס ווייב'ס הוט.
2. איך שנייד די פיצא מיט א מעסער און גאפל,
איך בין lactose intolerant.
3. איך גיי הכנות מיט די גארטל,
פארשטייט זיך, הכון מיינט דאך א גארטל.
4. איך וויש מיך קינוח סעודה מיט די ציצית,
די ציצית ארבעט נישט אזוי גוט ממילא נוץ די טלית קטן.
5. איך טרעט אריין אין ליווינג רום מיט די נאסע שיך,
מאכסט חוזק? בין איך דער ראטשילד? וואס ליווינג רום? דו מיינסט די צוויי בעטן אין די האלוועי? מיינע קינדער שלאפן דארט.
6. און איך קעם נישט אויס מיין בארד.
כ'פארמאג נישט קיין בארד.


:lol: #דזאסטקידדינג
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]געפילטע פיש[/tag], :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ואידך בערלבעלעגלה זיל גמור.
(- - -)
פארשפארט