בלאט 1 פון 1

וויאזוי רעדט מען צו קינדער איבער טראגעדיעס?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:47 pm
דורך יואליש
אין ליכט פון די שרעקליכע און גרויזאמע נייעס וואס שוידערט אויף אפי' ערוואקסענע און לאזט נישט אונזערע דעליקאטע מוחות באגרייפן די רציחה, שאקעלט אויף די געפיל פון "סעקיוריטי", און לאזט אונז איבער מיט ענדלאזע קשיות "פארוואס?" - עפען איך אויף אן אשכול צו דיסקאסירען די ברענעדיגע שאלה: וויאזוי רעדט מען צו קינדער איבער די טראגעדיע?

קינדער וועלן אלעס הערן פון שכינים, חדר און שולע. מ'טאר זיי נישט ליגענט זאגן, איז די שאלה וואס ברויך מען יא זאגן איבער די טראגעדיע בעצם, און וואס ברויך מען זאגן צו רעדן צום קינד'ס האקעלע געפילן וועלכע ווערן גענצליך צושטורעמט?

כ'געדענק ביי די קלעצקי טראגעדיע זענען געווען עצות און הדרכה עוועליבעל.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:01 pm
דורך שמעקעדיג
זייער א וויכטיגע טעמע.

איך ווארט אויך צו הערן. דערווייל זאג איך גארנישט פאר מיינע קינדער.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך זאג גארנישט פאר די יונגערע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:51 pm
דורך zurich
זייער פשוט מעזאגט זיי סטעי עוועי פון אזאלעכע אקטיוועטעיטן!!
איטס ווערי דעינדזריס

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:51 pm
דורך קאווע טרינקער
אין ליכט פון די שרעקליכע און גרויזאמע נייעס וואס שוידערט אויף אפי' ערוואקסענע און לאזט נישט אונזערע דעליקאטע מוחות באגרייפן די רציחה, שאקעלט אויף די געפיל פון "סעקיוריטי",

בכלל נישט.
קלעצקי פרשה יא, אבער דא?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס נישט? אז אזוינס קען פאסירן אין א היימישע געגענט אין א ליל ששי כאילו דא וואלט געווען מיטלאלטער, כאפט א פחד און א געפיל פון אומבאהאלפנקייט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:57 pm
דורך קאווע טרינקער
עס איז געווען א געפלאנטע זאך דירעקט אויף אים, רח"ל.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:07 pm
דורך פישלע העררינג
ענק מאכן א דזשאוק. וואס אונז וועלן זאגן פאר די קינדער? די קינדער האבן אונז דערציילט! זיי האבן שוין געהערט פון דער פאליסמען ביי די קארנער אינמיטן שאלעשידעס. די היינטיגע קינדער דארפען שוין נישט די גרויסע טאטעס פאר זייער נייעס. אכשר דרא.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:17 pm
דורך פעדער

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
(פון א אנדערע אשכול)

וואס זאגט מען פאר די קינדערלאך.
דורך [tag]יעקעלע חכם[/tag] » מוצ"ש יאנואר 04, 2014 10:04 pm

לכאורה קומט אן עקסטער אשכול אויף די נושה, אבער אזוי ווי איך בין נאך א גרינער דא, וויל איך נישט מען זאל זאגן ״כשמו כן הוא, אן אויבער ״חכם״ ממילה שרייב איך דא, און אויב איינער שפירט פאר וויכטיג קען ער דאס אריבערפירען.

עס איז נישט דא קיין עכטע אויסגעטרעטענע מהלך ווען עס קומט צו א טראגעדיע ל״ע וויאזוי מען זאל אינפארמירן די קינדער דערוועגן אן איבערלאזן א פארמענענטע שאדן אויף די איידעלע נשמה׳ס וואס זענען נאכנישט עקספאזט צו די ברוטאלע וועלט וואס אינז לעב מיר היינט צוטאגס, און עס איז נישט One size fits all ווען עס קומט מסביר צו זיין א טראגעדיע פאר קינדער, ווייל יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך, און יעדע קינד האט אנדערע נאטורן און געפיעלן וואס פארמירט די וועג וויאזוי ער נעמט אויף שרעקעדיגע אדער שלעכטע נייעס.

יעדער טאטע און מאמע דארף אליינס קענען זיינע קינדערלעך, און עס איז נישט דא קיינער און די וועלט וואס קען די קינדערלעך בעסער ווי די אייגענע עלטערן.

אבער אפאר פונקטן איז שייך פאר יעדעם און זשענערעל, אבער עס איז וויכטיג צו געדענקען אז יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל.

1) בראש וראשון איז וויכטיג נישט צו פארהוילן פון די קינדער קיין שום נייעס וואס זיי גייען ממילה געוואר ווערן א טאג שפעטער, צו און חדר, צו היינט איז דאך שוין דא די אלע טעלעפאן נייעס ליניעס וואס אסאך קינדער האבן צוטריט דערצו.

עס האט צוויי סיבות, איינס, ווען איר דערציילט דאס אליינס פאר אייער קינד, קענט איר קאנטראלירן און וואס פאר א פארמאט איר דערציילט די נייעס און די פרטים, און אזוי אויך עס דערציילן און אזא אויפן צו פארמינערן די שאק אויף די קינדערלעך.

צוייטענס, די גרעסטע שרעק ביי א קינד (און אזוי אויך אן ערוואקסענער) איז ווען ער מיינט אז מען באהאלט עפעס פון אים, דעמאלס פאנגט זיין סענס אוו Imagination אן ציי ארבייטן, און די פאנטאזיעס קענען נאך זיין שרעקעדיגער און מער דעמעדשינג ווי די אמתדיגע פאקטן, דערנאך קומט די אישו פון טראסט, די גרעסטע בארויגינג פאר א קינד איז זיינע אייגענע עלטערן, ווען א קינד טראסט זיינע עלטערן שפירט ער אדער זי זיך באשוצט אונטער די טאטעס אדער מאמעס פליגלען, איינמאל די טראסט איז פארלוירן, שפירט זיך דאס קינד ווי א קליין פייגעלע וואס איז פריצייטיג ארויסגעפאלען פון איר ווארימע נעסטעלע, איז אויב גייט איר נאר דערציילן האלבע מעשיות, און דאס קינד וועט קעוואר ווערן מארגן אז איר האט צוגעפיצט די מעשה, פארלירט ער די טראסט און אייך, און דאן איז דאס זייער שווער צריקצודרייען דאס שאדן.

דערנאך איז זייער וויכטיג צו געבן פארן קינד צייט צו דייטשעסטן וואס איר האט פארציילט, און נאך מער פון דעם, גיט אים אדער איר צייט אייך צו פרעגן פראגעס און שטופט זיי (מיט א מאס) אז זיי זאלן זיך אויסרעדן זייערע פחדים און שרעקענישט און זייערע אינערליכע געפילען.

פארזיכערט זיי אז דאס איז א צופאל וואס איז נישט די נייע ״נארמאל״ און אז אלעס איז פונעם גרויסען באשעפער, וואס היט ווייטער און שיצט זיינע קינדערלאך.

האלט אן עקסטער אויג און די קומענדע פאר טאג צו מאכן זיכער אז זיי זענען באמת אקעי.

עס זענען דא נאך אסאך פרטים, דאס איז ממש אופן שפיץ גאפל, אבער די עיקר איז, געדענקט אז א קינד נעמט אנדערש אויף יעדע קליינע דיטעיל ווי אן ערוואקסענער, און ווי אויך איז זייער וויכטאג און אזא מייט צו ווייזן עקסטערע Love און סעקיורעטי אז דאס קינד זאל פילען אז ער קען זיין פריי צו דערציילן וואס ער שפירט, און עס איז דא אן אויער וואס איז גרייט אים אויסצוהערן.

בשורות טובות...

רעדן צו קינדער נאך א טראגעדיע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 10:25 pm
דורך הילל
עס איז איבריג צו זאגן וואס יעדער געדענקט מסתמא פון אייגענע עקספיריענס נאך די קלעצקי מעשה, אז אויב מעגליך זאל מען נישט דערציילן צו קליינע קינדער פון אזעלכע טראגעדיעס (און דא רעד איך נאר פון ממש קליין). קוים וואס מיר ערוואקסענע קענען פרעצסירן אזעלכע שוידערליכע בשורות, און נעכטן שבת האב איך געהערט פון מער ווי איין יונגערמאן אז זיי האבן נישט געקענט שלאפן ביינאכט (נאך פאר מען האט געוואוסט די ביטערע ענדע), איז זיכער אז קלענערע קינדער איז דאס א געוואלדיגע טובה אויב מען באלמוטשעט נישט זייערע יונגע קעפ מיט אזעלכע שרעק, וואס אין בעסטן פאל וועט עס אים אוועקנעמען שלאף און אין ערגערן פאל קען עס האבן מער עקסטרעמע קאנסעקווענצן.

די שאלה איז, אויב ער הערט די נייעס פון די גאס, פון א חבר, אדער האט זיך אונטערגעהערט. איז קודם, אסאך מאל מיינט מען אז ער ווייסט אלעס, דערווייל האט ער נאר האלבע אינפארמאציע, איז אויב מעגליך זאל מען אנשטעלן די רואיגסטע מינע וואס שייך אויפ'ן פנים און רעדן אויף א וועג אז עס זאל נישט אנצינדן קיין רויטע לעמפל, למשל פארדרייען דעם שמועס; "יא, כ'האב געהערט עפעס א מעשה, שוין, נישט געפערליך, כ'האב דאך געהערט מען האט אים שוין ב"ה געטראפן. אה, מוישי, האסט טאקע געהערט אז מארגן האמיר אונז א חתונה? ווען גייסטו אהיימקומען פון חדר?"). אדער פרובירן פארוואסערן די נייעס אויב מעגליך, געוואנדן לויט וואס מען הערט אז דאס קינד ווייסט. ("עפעס האב איך געהערט אז מען האט אים געטראפן, טאקע נישט אזא גוטע מצב, זעט אויס ער האט זיך ערנסט צעקלאפט, אבער איך האף ס'נישט געפערליך." רעד דוקא בלשון "איך מיין" און "איך האב געהערט", כדי עס זאל נישט זיין קייין קלארע ליגנט און אין פאל ער קומט צוריק זאגן אז ער האט געהערט מער דיטעילס, קענסטו זאגן אז דו האסט טאקע נאכדעם אויך געהערט די אפדעיט אזוי ווי ער זאגט. ווען דאס קינד ווייסט, טאר מען נישט לייקענען.)

אפילו דאס קינד האט יא קלאר געהערט אז דער מענטש איז נפטר געווארן, איז א גרויסע זאך אויב מ'קען אפילו נאר זיכער מאכן אז דאס קינד זאל נישט וויסן דעם דעטאל אז איינער האט אים גע'הרג'עט, נאר ענדערש זאל ער מיינען אז ער איז אליין געשטארבן (למשל מען זאל זיך פארשטעלן עס איז די ברייער געשיכטע וואס מען האט טאקע נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי ער איז געשעידט געווארן). ווייל דאס איז די שרעקעדיגסטע חלק וואס קען אוועקנעמען די סענס פון סעקיוריטי פאר דעם קינד. גענוג קינדער האבן דמיונות אז מען וועט זיי קידנעפן אפילו אויב זיי האבן נאך קיינמאל אין ריעל לייף אזא מעשה נישט געהערט, איז כל שכן די פחדים וואס זיי קענען האבן נאכ'ן הערן אזא מעשה (און וויפיל קינדער האבן געליטן פון שרעקליכע פחדים נאך קלעצקי דארף מען קיינעם נישט פארציילן).

אבער פארשטייט זיך אז דאס אלעס ביז אהער רעדט זיך דוקא נאר ביי קליינע קינדער. אבער ביי אביסל גרעסערע קינדער קען מען קיין שטותים נישט פארקויפן און מען זאל אפילו נישט פרובירן. זיי זעען און הערן. דעמאלט איז נישט די צייט זיך ארויסצודרייען פון ענטפערן, נאר טאקע רעדן צו זיי. ערשט קען מען זיי אויספרעגן וואס זיי ווייסן און וואס זיי טראכטן. קלער נישט אז דו ווייסט וויאזוי ער שפירט, נאר ערשט הער וואס ער ווייסט און וויאזוי ער פארשטייט דעם מצב. אמאל וועסטו גלייך הערן זיין געפיל פון פחד, אבער אמאל וועט ער האבן בלויז א געפיל פון נייגער. אמאל האט דאס קינד האט נישט ריכטיג אויפגעכאפט וואס דא קומט פאר, וועט מען וויסן נישט צוצולייגן קיין איבריגע דעטאלן וואס פעלן נישט אויס. פרעג אים וואס ער האט געהערט, וואס ער האלט, און אויב ער האט מורא, פרעג אים פונקטליך פון וואס ער האט מורא. אמאל קען עס זיין עפעס א מאדנע זאך וואס וועסט קיינמאל נישט צוטרעפן אליין אז יענע זאך שרעקט אים יעצט, און אמאל איז עס טאקע א נארישקייט וואס וועט דיר זיין גרינג צו מסביר זיין אז עס איז באמת נישטא פון וואס מורא צו האבן.

די דזשאב פון עלטערן איז צו פרובירן מינימייזן די שרעק און צוריקברענגען זיין סענס פון סעקיוריטי. ערוואקסענע מענטשן ווייסן שוין אז אזעלכע שוידערליכע זאכן קענען געשען, ווייל עקספיריענס האט זיי עס געוויזן, און זיי ווייסן אז דאס לעבן מוז ווייטער אנגיין, אבער קינדער קענען דאס נאכנישט פארדייען און דאס קען אוועקנעמען זייער גאנצע סענס פון סעקיוריטי, ממילא דארף מען זיי ערשט פארזיכערן איינמאל און נאכאמאל אז אזא מעשה קען נישט און וועט נישט געשען צו זיי. (למשל, "יא, איינער האט געמאכט אז א איד זאל נפטר ווערן, אבער זארג דיך נישט, דאס קען נישט געשען צו אונז און אונז אלע זעמיר הונדערט פראצענט סעיף. אונז האמיר בכלל נישט וואס צו זיין באזארגט.")

מען דארף עס זאגן מיט א זיכערקייט און פעסטקייט אז דאס קינד זאל עס גלייבן הונדערט פראצענט. יעצט איז נישט די צייט צו זארגן אז מען זאגט אפשר א שטיקל ליגנט פאר'ן קינד, ווייל באמת איז דאך אלעס מעגליך, ווייל דער אמת איז אז קוקנדיג אויף די שאנסן איז עס טאקע ממש עפעס וואס וועט 99.9 פראצענט נישט געשען צו אים, אבער דאס קינד פארשטייט נישט קיין נאמבערס און סטאטיסטיק, און אויב וועסט אנהייבן מיט חשבונות וועט ער בלייבן טראכטן ביינאכט דעם סך הכל אז "נאך אלעם איז דא א מעגליכקייט עס זאל אויך געשען צו מיר אדער מיין טאטע".

מאך נישט אוועק די פילינגס פון דיין קינד אלס א שלעכטע זאך ("ביסט אינגאנצן משוגע? פארואוס טראכטסטו אזעלכע צעדרייטע זאכן?"), דאס וועט גארנישט העלפן. און ער דארף זיך דען יעצט נאך אויך פילן שלעכט אויף דעם וואס ער האט שלעכטע פילינגס?... אנשטאט דעם זאג אים אז זיינע פילינגס מאכן סענס, און דו פארשטייסט אז ער פילט אזוי, אבער בארואיג אים אז עס איז באמת נישטא פארוואס צו שפירן דעם פחד און ער איז הונדערט פראצענט סעיף און גארנישט גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון נעכטן ביז היינט.

אז ער וויל בעסער פארשטיין פארוואס עס קען נישט געשען צו אים און פארוואס ער דארף נישט מורא האבן, זיי גרייט מיט עטליכע לאגישע הסבירים און משלים ער זאל דאס קלארער פארשטיין. (למשל, "דו ווייסט אז עס איז געווען א מענטש זייער לאנג צוריק וואס איז געשטארבן ווען א אייזל האט אים געגעבן א שטארקע שטויס, אבער דאס מיינט נישט אז איך האב יעצט מורא דא פון אייזל, מענטשן רייטן יעדן טאג אויף אייזלען און זייט יענע מענטש איז נאך קיינער נישט געשטארבן פון א אייזל. די זעלבע זאך דא. עס וואוינען דא אין ניו יארק מיליאנען גוים און הונדערט טויזנט אידן אבער מיט קיינעם איז נאכנישט געשען אזא מעשה ביז היינט און עס וועט ווייטער נישט געשען. ממילא האב איך נישט מורא פון קיין אייזל און איך האב אויך נישט מורא אז איינער וועט קומען הרג'ענען. יעצט האט זיך נאר געמאכט איין מעשה פון עפעס א משוגענער אייזל וואס דאס געשעט איינמאל אין טויזנט יאר". וכדומה, לויט דעם קינד'ס מושגים.)

ביי מער ערוואקסענע, ווי בחורים, קען מען ניצן מער קלארע פאקטן וואס זאלן אים געבן צו פארשטיין פארוואס ער דארף באמת נישט מורא האבן אז עס קען למשל געשען צו זיין טאטע. זיי אים מסביר די אלע חילוקים אז עס זאל אים מאכן סענס און בארואיגן (למשל, ווען א זיידע איז געשטארבן, "זיידי איז געווען זייער אלט און זייער קראנק, אבער איך בין ב"ה געזונט און שטארק. איך וועל נאך לעבן לאנגע געזונטע יארן." אדער ביי די יעצטיגע טראגעדיע, קען מען זאגן "זיי וויסן אז איך האב ב"ה נישט קיין איין שונא אויף דער וועלט און קיינער זוכט מיך אוודאי נישט צו שעדיגן. פארקערט, איך האב בלויז אסאך גוטע חבירים און אפילו גוים האבן זייער ליב צו האנדלען מיט מיר אין ביזנעס, און איך שיק זיי אפילו צומאל מתנות און זיי שיקן מיר. און אפילו די ערגסטע גוי הרג'ט נישט זיין אייגענע חבר, ממילא בין זיך זייער זייער רואיג." וכדומה).

מען זאל אויך זיכער מאכן אז די באדי לענגוויטש פון די עלטערן שטימען טאקע מיט זייערע ווערטער און עס שפירט זיך נישט קיין אנגעצויגנקייט. אויב די טאטע זיצט א האלב-פאר'חלש'טער אויפ'ן קאוטש, קען דאס קינד זייער קלאר אפליינען זיין צער און שרעק, און אלע בארואיגונגס ווערטער וועלן נישט העלפן. אפילו אויב דאס קינד זעט נאר ווי טאטע-מאמע סודת'ן זיך אין ערנסטע טענער א גאנצן טאג און נאכדעם דרייען זיי זיך אויס צו אים און זאגן "אה, זיסקייט, ס'גארנישט, אלעס איז אקעי,", באקומט ער א גאר אנדערע מעסעדזש פון זיינע סענסארס וואס דערציילן אים אלעס אויף זיין מאמע'ס דערשראקענע און פארוויינטע געזיכט. מען זאל טרויערן ביי זיך אין צימער, אבער אין שטוב זאל מען אנגיין מיט'ן געהעריגן רוטין און א געהעריגן פנים אויסדרוק אז עס זאל זיך כאטש שפירן אין שטוב אז אלעס איז באמת די זעלבע ווי נעכטן און אייער נעכטן.

איין זאך זאל מען יא טון אנדערש אין די טעג נאך אזא טראגעדיע און דאס איז זיך מער אפגעבן מיט די קינדערלעך, מער פארברענגען מיט זיי, מער שפילן מיט זיי, זיי געבן מער ליבליכע ווערטער במשך די קומענדיגע פאר טעג, אז זיי זאלן שפירן דעם געפיל פון נאנטשאפט און זיכערקייט אין שטוב, וואס דאס פעלט זיי יעצט מער אויס ווי סתם אזוי, און האפנטליך וועלן זיי דורכמאכן דעם קאפיטל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:11 am
דורך קרעקער
קעמער איינער זאגען פארוואס סאיז דא אזאנע פערדען טאטעס וואס זאגען אלעס פאר די קינדער?
מיין 10 יעריג יונגעל 'קומט אהיים מיט טענות פארוואס איך זאג עם נישט די אמת יענעמס טאטע האט געזאגט פאר זיין יונגעל אז ער איז געוועהן פארברענט צושניטען וכו'
יונגערמאן די ווילסט זיין COOL און אויפקלערען דיין זוהן אלע ברחל בתך ער זאל משוגע ווערען זייער גוט אבער מיין קינד מיז דאך נישט ליידען פין דיר, מיין קינד קען נישט שלאפען די גאנצע וואך

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:51 am
דורך הילל
איי פיעל יור פעין. און טאקע וועגן דעם האב איך דאס פריער געשריבן אין דעם ערשטן שטיקל:

עס איז איבריג צו זאגן וואס יעדער געדענקט מסתמא פון אייגענע עקספיריענס נאך די קלעצקי מעשה, אז אויב מעגליך זאל מען נישט דערציילן צו קליינע קינדער פון אזעלכע טראגעדיעס (און דא רעד איך נאר פון ממש קליין). קוים וואס מיר ערוואקסענע קענען פרעצסירן אזעלכע שוידערליכע בשורות, און נעכטן שבת האב איך געהערט פון מער ווי איין יונגערמאן אז זיי האבן נישט געקענט שלאפן ביינאכט (נאך פאר מען האט געוואוסט די ביטערע ענדע), איז זיכער אז קלענערע קינדער איז דאס א געוואלדיגע טובה אויב מען באלמוטשעט נישט זייערע יונגע קעפ מיט אזעלכע שרעק, וואס אין בעסטן פאל וועט עס אים אוועקנעמען שלאף און אין ערגערן פאל קען עס האבן מער עקסטרעמע קאנסעקווענצן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:06 am
דורך יעקעלע חכם
קרעקער טייערער, טאקע דערפאר קוק מיין תגובה, מען קען פון די קינדער גארנישט באהאלטן און אזא פאל, ווייל אן אנדער פערדעלע דערציילט יא פאר זיינע קינדער ברחל בתך הקטנה וואס עס איז פארגעקומען, אדער האט דאס קינד גרויסע אויערן און ער האט זיך אונטערגעהערט וואס די ערוואקסענע רעדן, איז אויב דערציילט איר דאס פארדעם פאר אייער קינד, קענט איר דאס כאטש דערציילן אויף אן אויפן וואס איר ווילט, מה שאין כן אויב הערט ער האלב פון די פרטים פונעם חדר׳ס אלס ווייסער, דאן קודם כל ווערט דאס דערציילן נישט פארזיכטיג קאנטראלירט, און ערגער פון דעם, ער פארלירט זיין טראסט און אייך.

אבער און אייער פאל זייט אים אפען מסביר אז איר האט אים נישט געוואלט דערשרעקן, און באמת איז ער שוין א גרויס יונגל און איר וואלט אים יא אלעס געדארפט פארציילן, און ער קען דאס פארנעמען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:45 pm
דורך טיטאניק
פאני אבער קיינער פרעגט נישט "וויאזוי קען מען רעדען צי קינדער איבער פאליטיק"
:דמיונות: :דיסלייק:
אויף דעם פרעגט מען שוין נישט קיין פראגעס כאטש אין מיינע אויגען מאכט עס אסאך מער שאדען אויף דאס קינד ווי א טראגעדיע רח"ל
קינדער זענען היינט אנגעפיקעוועט מיט אלע כאלערע לשון הרע רובם ווייסען דאס פון דער טאטע אליין
ליידער א דור עיקש