די הארץ איז צושוידערט און דערציטערט נאך די שרעקליכע טראגעדיע מיט האברך היקר והחשוב הנגיד ר' מנחם משולם שטארק ז''ל הי''ד בן הרבני היקר והחשוב הרה''ח ר' ישראל שטארק שליט''א. די געמוט איז אזוי צוקלאפט און צובראכן, און עס איז אזוי שווער צוזאמענצונעמען די מחשבות. אבער דאס יא, מיר קענען - יעדער פאר זיך - טראכטן איבער די שרעקליכע טראגעדיע, און מיר קענען דאס אויסנוצן אויף טראכטן איבער דאס לעבן וואס קען אוועקגעריסן וועגן בפתע פתאום, און אז מיר קענען קיינמאל נישט וויסן ווען דער סוף קומט.
מיר דארפן זיין גרייט צו אנטפאנגען דעם בי''ד של מעלה, מיט מצוות למעשים טובים, למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד.
די מיאוס'ע ערשטע זייט פון די נ''י פאוסט איז אויך א לימוד. עס ווייזט אונז ווי אזוי מען קוקט אויס אויב מען האט נישט קיין געפיל פאר א צווייטן. מיר דארפן זיך פארנעמען צו זיין פונקט פארקערט - ליב האבן יעדעם, און ארויסווייזן געפיל פאר אנדערע מענטשן.
הרינו מקבל עלי מצות לאהבת לריעך כמוך ביתר שאת וביתר עוז, לע''נ ר' מנחם משולם בן ר' ישראל.
אין ליכט פון די טראגעדיע: קבלות טובות
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
זיך פארצונעמען צו שטיין ווייט פינעם שמוציגער גוי און זיינע צייטונגען אין אזא צייט ווען זיינע טמא'נע קאלירען קומען ארויס מיט'ן גאנצען תוקף וואלט אויך געווען א קבלה טובה לעילוי נשמתו,
זיך פארצונעמען אויפצוזיכען מעשים טובים פון א יוד וואלט אויך געווען א שטארקע קבלה,
ובפרט הערנדיג פון די פילע גוט'ס וואס דער נפטר האט געטון מיט אנדערע וואלט זיכער געווען א טובה אז מען נעמט זיך פאר כאטש עפעס נאכצוטון.
זיך פארצונעמען אויפצוזיכען מעשים טובים פון א יוד וואלט אויך געווען א שטארקע קבלה,
ובפרט הערנדיג פון די פילע גוט'ס וואס דער נפטר האט געטון מיט אנדערע וואלט זיכער געווען א טובה אז מען נעמט זיך פאר כאטש עפעס נאכצוטון.