אל תביט אחריך!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

אל תביט אחריך!

שליחה דורך יואב »

דער ביטערער עבר,
אנטרינען.
דעם זיסן עתיד,
א שאנס צו געווינען.
די וויינענדע הווה,
מיט טייטלען פארנומען.

דער פאר'משכונ'טער עבר,
א פארגאנגענער נעכטן.
דער ניכטערער עתיד,
שטיי אויף דיינע רעכטן.
דער שיכור'ער הווה,
אליין אלץ שעכטן.

דער טינקעלער עבר,
פארלאפן.
דער ליכטיגער עתיד,
א לעבן צום האפן.
די פארנעפעלטע הווה --
צום שווארצן נעכטן אפן.

דער געצווינגענער עבר,
נישטא
דער באשטימטער עתיד,
דאס איז יעדע שעה
די פארביטערטע הווה --
שימפן על דא ועל הא.

דער טויטער עבר,
געפרוירן, פארפאקט
דער לעבעדיגער עתיד,
שטייט און ווארט
די גוסס'דיגע הווה --
גערעכט, נישט "סמארט".

דעם אויסגעלאשענעם עבר,
א שאד קוקן אויף צוריק.
דער שטראלנדער עתיד,
דיין שטרעבונג דערקוויק
די צאנקנדע הווה,
אלצדינג לייגט לריק

דער פיינפולער עבר:
מ'קען נישט צוריקדרייען
דער פארבליבענער עתיד,
נאך דא, עדיין
די גורל'דיגע הווה,
די צוקונפט טו אנזייען

דער שולדיגער עבר,
א פארלוירענע מלחמה
דער זיגרייכער עתיד,
די גרעסטע נחמה
די זאכליכע הווה,
די גרעסטע נקמה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א לייק פאר די שיינע גראמען, אבער ליידער רעדט עס נישט צו מיר... וויפיל קען מען דען האפן און בלייבן האפן?
ביי מיר אין מח איז שוין אפגעסטעמפלט: מה שהיה הוא שיהי', היסטאריע חזר'ט זיך איבער, און ביז משיח'ס טאג וועט שוין נישט זיין קיין אמת'ע גליקליכע טעג.
האפענונג איז שוין גאר שוואך.
אפשר וועט ברסלב'ער מיר קומען ארויסשלעפן פון מיין יאוש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

שמעקעדיג האט געשריבן:א לייק פאר די שיינע גראמען, אבער ליידער רעדט עס נישט צו מיר... וויפיל קען מען דען האפן און בלייבן האפן?
ביי מיר אין מח איז שוין אפגעסטעמפלט: מה שהיה הוא שיהי', היסטאריע חזר'ט זיך איבער, און ביז משיח'ס טאג וועט שוין נישט זיין קיין אמת'ע גליקליכע טעג.
האפענונג איז שוין גאר שוואך.
אפשר וועט ברסלב'ער מיר קומען ארויסשלעפן פון מיין יאוש.

[tag]שמעקעדיג[/tag] אל תתייאש
די רבי פלעגט זאגען:
אם אתה מאמין שאתה יכול לקלקל בוודאי שאתה יכול לתקן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שמעקעדיג האט גענומען פערזענדליך דעם אשכול. איך האב נישט אינזין געהאט די שמעקעדיג'ס במחנינו (דאסמאל), און איך האב לאו דוקא געצילט צו דערווייטערן ייאוש. וד"ל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סארי,
איך בין געווארן אינספייערד פון מאטי'ס ארטיקל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

שמעקעדיג טייערע,
וואס רעדסטו זיך אזוי אפ?, וואס גייט דיך אזוי שלעכט דא?, די ווילסט אפשר ארויף גיין אויבן און פארעכטן די קאמפיוטערס דארט? די האלטס'ט טאקע די וואלסט עס געפירט בעסער? .

און בנוגע די לעצטע שוידערליכע פרשה, אה"נ עס איז טאקע א וויי געשריי, און א הארץ ווייטאג, און דאס וועט נישט ארויס גיין פון אונזער מוח פאר א לאנגע צייט, אבער הער מיך אויס א מינוט, די טראכסט אוודאי שוין זייט די מעשה האט פאסירט, און יעדער טראכט אזוי, אז "אוי וויי רבונו של עולם, ווי אזוי האט אזאנס פאסירט, הלוואי וואלט איך דאס געקענט פארמאדען, איך וואלט געטאון אלעס אלעס אין די וועלט אז עס זאל נישט האבן פאסירט",
אבער וואס זאל איך טוען? איך האב דאך נישט געוויסט פון פארדעם, און אפילו ווען איך ווייס ווען, וואס וואלט איך שוין געקענט טוען?. און אזוי גייט דאס הארץ אויס און מען הערט נישט אויף צו יאמערין, יאו יאו, טאטע פארוואס??? און דאס הארץ גייט אויס.

אבער מענטשעלע טייערע די פארגעסט איין זאך, עס איז דא איינער וואס האט יא געוויסט דערפון פון פאראויס, און ער וואלט דאס רואיג געקענט פארמאדען, און דאס איז,,,, יא יא! אונזער געטרייע טאטע אין הימעל וואס האט אונז ליב מער ווי אונז קענען פארשטיין, און אלע אלע קרעכצען און רחמנות וואס מענטשן האבן געהאט די לעצטע צענדליגע שעות, קומט נישט צו לטיפה מן הים פון זיין אמת'ע רחמנות אן קיין שום נגיעת וד"ל, און נישט נאר דאס, נאר דאס אלעס וואס אונז האלטן נישט אויס פון רחמנות אויף די צובראכנע משפחה, איז נאר ווייל ער האט אריינגעלייגט און אונז די מדה פון רחמנות און אלעס קומט פון איהם.
נו פרעג איך ענק, אויב האט ער געוויסט דערפון, און רחמנות האט ער סאך מער ווי אונז, און ביי איהם איז גארנישט אזא זאך צו פארמיידען, נו פארוואס? פארוואס האט ער עס נישט פארמיטען? פארוואס האט ער געברענגט פאר אונז אזא אומגליק???

נאר טייערע ברידער די תירוץ איז פשוט, זייער פשוט, "אזוי ווי עס איז אזוי איז די בעסטע וואס קען נאר זיין" והא ראיה, ווייל עס איז זעכער אז אויב וואלט געקענט זיין בעסער וואלט געווען בעסער, נאר וואס דען? אונז זעה מיר נישט און אונז ווייסען נישט אלעס וואס ער ווייסט און זעהט, מיר דארפ'ן נאר גלייבן אז אונז זעמיר אין גאר גוטע הענט.

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה לכל המעשים!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יישר מצטמק,
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער ביסטו מיר מסביר, אז עס איז בכלל נישט שלעכט, און איך דארף גארנישט האפן אויף עפעס בעסערס.
נו שטיי מיר ווייטער אייניג. הער אויף מיט האפענונג אין קאפ אריין. עס איז גוט ווי אזוי עס איז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

זייער פיין, אונז זענען טאקע אויף איין פעיטש, נאר איין חילוק, זאג נישט אז עס וועט שוין נישט זיין קיין גליקליכע טעג, ווייל די אלע טעג זענען גליקלעך מיר זעהן דאס נאר נישט, אבער מען דארף גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע וואס קען נאר זיין,
און איין זאך יא מיר קענען מתפלל זיין ביים פיינער טאטע אין הימל אז מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן מיט די אויגן די גוטס.

עס שטייט פון הייליגען ייטב לב זי"ע, אויף דעם וואס מען זאגט שבת ביים דאוונען "שבענו מטובך " מען זאל זאט ווערן פון דיין גוט'ס, זאגט ער אזוי, אז די גמרא זאגט אז א בלינדער ווערט קיינמאל נישט זאט, ווייל א גרויס חלק פון וואס מען ווערט אנגעזעטיקט איז ווייל מען זעהט די עס'ן, ( אולי אז דאס איז די סיבה פון "דים לייטונג "! ) טייטשט ער אזוי, אז מען בעט פונ'ם אייבירשטן שבענו מטובך מיר זאלן זאט ווערן פון דיין גוטס ווי אזוי? אז מיר וועלן זעהן די גוטס אזוי וועלן מיר זאט ווערן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מצטמק ויפה האט געשריבן:(אולי אז דאס איז די סיבה פון "דים לייטונג"!)

:like :like :like
מצטמק דו ביזט פיינע נייעס!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואב האט געשריבן:שמעקעדיג האט גענומען פערזענדליך דעם אשכול. איך האב נישט אינזין געהאט די שמעקעדיג'ס במחנינו (דאסמאל), און איך האב לאו דוקא געצילט צו דערווייטערן ייאוש. וד"ל.

איך הייב מיך שוין אן בארואיגן. די זון שיינט שוין אויף.

שוין בעסער געווארן די וועלט,
אוועק די ברוטאלע קעלט
וואס האט די אטעם אפגעשטעלט,
כאטש כאב נאך נישט קיין געלט,
און דער לענדלארד שעלט,
און מיין ווייב סערווירט ספעלט,
און טענה'ט אז מען דארף עסן העלט,
און מיר בכלל נישט עס געפעלט,
איז דאך טייט אויף מיר מיין בעלט,
און איך פיט קוים אריין אין מיין געצעלט.

(שמעקעדיג... א שאד צו טרייען.... דו קענסט נישט!)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט