בלאט 1 פון 2

ווי סאך טאלענט ליגט ביי אינזערע יונגעלייט

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:13 pm
דורך קרעקער
ווען מטראכט אריין ווי סאך טעלענט ליגט אין היימישע יונגעלייט
דעטעקטיווס מיט יאהרען עקספיריענס קלאפען א וואנט ווען אינדזערע יונגעלייט האבען שוין פארשאפט בילדער פון עטלעכע קעמערעס פין די מיני ווען דא און דארט
סאיז שוין אפילי דא פיקטשערס פין גוגעל מעפס פון די דאדזש מיניווען געפארקט אין פראנט פין דע הויז פונעם רוסישען גוי וועם די פאליס זוכט
א צווייטער האט אהערגעשטעלט א בילד פון ר' מנחם זיצט אין זיין לעסעס אין פראנט פין זיין אפיס אויך פין גוגעל מעפס
די זעלבע איז געוועהן ביי לייבי קלעצקי ווען היימישע יונגעלייט האבען געפירט צום מערדער

איך וואלט געראטען אז מזאל נישט אזוי אראפקוועטשען די טאלאנטען וואס ליגען באהאלטען אין די יונגעלייט, ווי סאזי געוועהן איינגעפירט ביז היינט, מזאל זיי אינקארידזשען עס ארויסציגעבען
און אויכט אז די פאליס דעפארטמענט זאל ארייננעמען אין זייער דיטעקטיוו יוניט א מנין יונגעלייט וועט מען שנעלער סאלווען אסאך פאברעכענס

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איז טאקע דא א בילד פון יענע מיניווען געפארקט ביי א הויז? ווי וואוינט יענע גוי וואס מ'זוכט? איך האב גארנישט געהערט דערפון

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:25 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי נישט זאגן אז מיר האבן נישט קיין טאלאנט, אבער די זאכן האבן נישט מיט טאלאנט, דאס האט פשוט מיט א זאך וואס רופט זיך א "אידיש הארץ", א הארץ וואס גייט צו דירעקט צום שפיץ, און קרויזט אויס אלע אפיציעלע ביוראקראטישע פראצעדורן.
פונקט ווי רבי האט געזאגט פאר אנטינונוס אז די שבת'דיגע עסן האבן א געווירץ וואס א גוי קען נישט נאכמאכן, די זעלבע סארט געווירץ ליגט דא, טון צו דער זאך אראונד-די-קלאק אן קיין תירוצים און צעגערייען.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'האט יא מיט יודישע חכמה, אבער בעיקר אין רצון, אונזער חכמה איז פון גמרא לערנען, וואס ווי באקאנט איז אין טשיינע היינט שוין דא א סעקטע וואס לערנען גמרא בבלי נאר כדי צו שארפן דעם קאפ. און אז מיר האבן נישט געלערנט אבער אונזערע זיידעס האבן דאך געלערנט.. און ס'ליגט אין די דזשינס

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:45 pm
דורך שמעקעדיג
סאו דו טענה'ס אז איבערקוקן סורוועילענס ווידעאו איז א גרויסע חכמה וואס נאר גמרא קעפ פארשטייען דערצו.
איך הער.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:49 pm
דורך קרעקער
די חכמה איז צו טוהן צו די זאך וואטעווער איט מיענס
די הויכע קלוגע דיטעקטיווס האבען נישט באוויזען צו טרעפען לייבי קלעצקי נאר עפעס א פשוטער געלע וואלענע ציצית יוד

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:13 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואס איז למשל די חכמה פון טרעפן די גוגל פיקטשער?

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 6:47 pm
דורך נח בער
די חכמה און טאלאנט האט זיך טאקע היינט גאר שטארק ארויסגעוויזן מיט די קול-נאטיצן וואס האבן צירקולירט אויף וואצאפ וועלטל ווען גרויסע פיסקעס האבן אומאויפהערליך אריינגעשניטן אין די ניו יארק פאסט עקזעקוטיווען וואס זענען גרייט געווען ביי די טעלעפאנען אפצושלאגן די שטארקע שפיזיגע אטאקעס פון די טאלאנטפולע מוילמאכער וואס האבן אריינגעשטורמט מיט זאכליכע רייד אויף דער עוולה וואס די צייטונגען זענען באגאנגען.

שפעטער אין טאג זענען טאקע אנגעקומען די באריכטן אז די פאוסט האט קאפיטולירט צו די קלוגע ווערטער וואס זענען אין זיי אריינגעזאגט געווארן.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 6:58 pm
דורך כתר מלכות
נח בער, די קול נאטיצן זענען קול בכיה, אידישע קינדער האבן זיך א אביסל אויסגעגבן זייער ווייטאג.
דאס טאר׳ן זיי שוין אויך נישט. כאף קלעף און זיי שטיל ?
נישט שיין צו אפחוזקן פון אידישע צער.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 7:49 pm
דורך טיטאניק
אינזערע באבעס פלעגען דאס שוין זאגען
א גיט ווילען ברעכט אייזען

שוין לאנגע געהאלטען אז מען דארף אריינעמען היימישע יונגעלייט אין די עף בי איי אדער אין אינוועסטיקעישאן דיפארטמענט
נישט קיין סטירה צי אידישקייט בכלל
און זיי קענען אויפטיען גדולות

והא ראי' אז אפילו דער פרייער איד טויג עפעס אויסטערליש אין די שב"כ און אין די מוסד וואס יעדער ציטערט פון זיי

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:09 pm
דורך outspoken
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס איז למשל די חכמה פון טרעפן די גוגל פיקטשער?

די גוגל פיקטשער האב אני הקטן ארויפגעלייגט, מיין ברודער האט דאס מיר געזאגט, ער האט אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אגאנץ פרייטאג צו טרעפען SECURITY CAMERAS אין די געגענט דורך באטראכטען הייזער אויף GOOGLE, PROPERTY SHARK און נאך סייטס, בשעתן זיכען האט ער דאס אויך באמערקט (א חידוש אז פארענט פונם אפיס איז דא 3 קעמערעס און מ'זעט די פארכאפונג פון גאר א ווייטע קעמערע)

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:16 pm
דורך נח בער
outspoken האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס איז למשל די חכמה פון טרעפן די גוגל פיקטשער?

די גוגל פיקטשער האב אני הקטן ארויפגעלייגט, מיין ברודער האט דאס מיר געזאגט, ער האט אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אגאנץ פרייטאג צו טרעפען SECURITY CAMERAS אין די געגענט דורך באטראכטען הייזער אויף GOOGLE, PROPERTY SHARK און נאך סייטס, בשעתן זיכען האט ער דאס אויך באמערקט (א חידוש אז פארענט פונם אפיס איז דא 3 קעמערעס און מ'זעט די פארכאפונג פון גאר א ווייטע קעמערע)

וואס איז דער חידוש?

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:20 pm
דורך שמו יגער
איך בין מוסף צו וואס טיטאניק האט געזאגט אבער מער פון דעם
אוודאי האבן מיר אינגעלייט פול מיט טאלאנט ווואס קענען אויפטוהן גרויסע זאכן סיי אין די ביזנעס וועלט אין אוודאי אין אין די טעכנעלאגיע וועלט וואס ווי באקאנט איז אין אין ארץ ישראל האט מען דרך ארץ פאר חרדים וואס טוהן אין היי-טעק ווייל זיי טויגן
אבער דא איז א אנדערע געשעפט אינגאנצן דא רעדט זיך פון הארץ און געפיל און מיטלייד עס האט יעדן געגעבן א ציפ ביים הארץ אין טראכטונדיג "וואס קען איך טוהן?" דאס גיט א מענטש אסאך מער כוחות אויפצוטוהן ווי עני גרויסע חכם אין פראפעשינעל
אין די זעלבע איז ביי די שב"כ דאס ביסל ציוניזים וואס זיי האבן נאך אין די בלוט "בנוסף" צו זייערע יודישע קעפ דאס איז זייער הצלחה

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:22 pm
דורך שמעקעדיג
גענוי דאס האב איך געשריבן אויבן.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:27 pm
דורך טאמבל סאס
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'האט יא מיט יודישע חכמה, אבער בעיקר אין רצון, אונזער חכמה איז פון גמרא לערנען, וואס ווי באקאנט איז אין טשיינע היינט שוין דא א סעקטע וואס לערנען גמרא בבלי נאר כדי צו שארפן דעם קאפ. און אז מיר האבן נישט געלערנט אבער אונזערע זיידעס האבן דאך געלערנט.. און ס'ליגט אין די דזשינס

איי לאוו דיס תגובה.
זיצן אקאדעמישע קעפ און מוטשען זיך דערויף יארן. און דא קומט א אידישע קעפל און שפייט אלץ ארויס מיט א צוויי שורות.
זעט איר? מ'דארף קיין עדיוקעישן, מ'דארף קיין גענעטעסיס, מ'דארף קיין הייפאטעזעס, מ'דארף קיין עקספערימענטן, מ'דארף ניטאמאל א קעפל!

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:19 pm
דורך טיטאניק
טאמבל סאס האט געשריבן:

אמאל אזוי און אמאל אזוי
די מדינה גרינדער די מאגערע אידעלעך זענען נישט געווען קיין שטודירטע חברה עכ"פ רוב פון זיי זענען געווען סתם אידעלעך מיט אימביציע און הויכע פאנטאזיע און אויפען שפיץ "א אידיש קעפל"
פעלט נערישקייטען וואס גרויסע אקדעמישע גויאישע קארפען קעפ האבען נישט געקענט וואס א אידעלע מיט א הויקער האט יא
די היסטאריע איז פיל מיט דעם

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:25 pm
דורך שמעקעדיג
ולא פליגי, איינער רעדט פון IQ, דאס קען ליגן אין די דזשיענס; דער צווייטער רעדט פון ידיעות בענינים שונים, דאס קומט נישט צופיס נאר מען דארף עס גרונטליך לערנען.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:18 pm
דורך קאווע טרינקער
וואו איז די טאלענט?

אללאווער, קוק למשל דא,
ווי צום פוינט איינער ענטפערט איבער א נייעס, ממש קורץ און שארף!!
ריין טאלענט!!! WOW
קוים 48 שעה נאכן פארברענען א איד, און דער טאלנעט שפראצט ארויס!

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:46 pm
דורך פיטומי מילי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'האט יא מיט יודישע חכמה, אבער בעיקר אין רצון, אונזער חכמה איז פון גמרא לערנען, וואס ווי באקאנט איז אין טשיינע היינט שוין דא א סעקטע וואס לערנען גמרא בבלי נאר כדי צו שארפן דעם קאפ. און אז מיר האבן נישט געלערנט אבער אונזערע זיידעס האבן דאך געלערנט.. און ס'ליגט אין די דזשינס

אוודאי אוודאי אונז זעמער דו גרעסטע דאקטוירים ווייל אונז האב מיר גמרא קעפ אפי׳ אונז זעמער נישט געגאנען אין קאלידש, די גוים אפי׳ מיט phd קומט נישט צי צו אונז אפי׳ אונז זעמער נישט געזעצן אפי׳ א טאג אין קאלידזש
מנשה,
איך האפ אז די מיינסט עס נישט ערנסט

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:48 pm
דורך פיטומי מילי
חכמה בגוים תאמין

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:54 pm
דורך פיטומי מילי
טיטאניק האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'האט יא מיט יודישע חכמה, אבער בעיקר אין רצון, אונזער חכמה איז פון גמרא לערנען, וואס ווי באקאנט איז אין טשיינע היינט שוין דא א סעקטע וואס לערנען גמרא בבלי נאר כדי צו שארפן דעם קאפ. און אז מיר האבן נישט געלערנט אבער אונזערע זיידעס האבן דאך געלערנט.. און ס'ליגט אין די דזשינס

איי לאוו דיס תגובה.
זיצן אקאדעמישע קעפ און מוטשען זיך דערויף יארן. און דא קומט א אידישע קעפל און שפייט אלץ ארויס מיט א צוויי שורות.
זעט איר? מ'דארף קיין עדיוקעישן, מ'דארף קיין גענעטעסיס, מ'דארף קיין הייפאטעזעס, מ'דארף קיין עקספערימענטן, מ'דארף ניטאמאל א קעפל!

אמאל אזוי און אמאל אזוי
די מדינה גרינדער די מאגערע אידעלעך זענען נישט געווען קיין שטודירטע חברה עכ"פ רוב פון זיי זענען געווען סתם אידעלעך מיט אימביציע און הויכע פאנטאזיע און אויפען שפיץ "א אידיש קעפל"
פעלט נערישקייטען וואס גרויסע אקדעמישע גויאישע קארפען קעפ האבען נישט געקענט וואס א אידעלע מיט א הויקער האט יא
די היסטאריע איז פיל מיט דעם

האסט איין הו״ה אמינא ווען נישט אמעריקע וואלט דער גאנצע מדינה געשטאנען פין תענות אסתר ביז פורים, ווי שטארק קליג מען איז נאר

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:56 pm
דורך משה געציל
פיטומי מילי האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'האט יא מיט יודישע חכמה, אבער בעיקר אין רצון, אונזער חכמה איז פון גמרא לערנען, וואס ווי באקאנט איז אין טשיינע היינט שוין דא א סעקטע וואס לערנען גמרא בבלי נאר כדי צו שארפן דעם קאפ. און אז מיר האבן נישט געלערנט אבער אונזערע זיידעס האבן דאך געלערנט.. און ס'ליגט אין די דזשינס

אוודאי אוודאי אונז זעמער דו גרעסטע דאקטוירים ווייל אונז האב מיר גמרא קעפ אפי׳ אונז זעמער נישט געגאנען אין קאלידש, די גוים אפי׳ מיט phd קומט נישט צי צו אונז אפי׳ אונז זעמער נישט געזעצן אפי׳ א טאג אין קאלידזש
מנשה,
איך האפ אז די מיינסט עס נישט ערנסט

זאגסט אז עס א בחינה פון 'פטומי מילי' נישט דאס ערשטע און נישט דאס לעצטע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:03 am
דורך פיטומי מילי
וואס דען האסטו געמיינט משה געציל,
מיין גאנצע זיצן דא אין קאווע שטיבל איז סתם אבי אין די וועלט אריין