יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים
לאור פון די תגובות אז רביס און מחנכים פארלייגן זיך ארום מיט זייערע חסידים אויף נארישקייטן ווי פלאסטיק ברילן, וויל איך דא אויסשמועסן די געוואלדיגע חכמה וואס ליגט באגראבן אין די שיטה און וויאזוי יעדער סוקסעספול מענטש איבער מענטשן האבן גוט ארויס דעם כלל און יעדער איינער באנוצט זיך מיט דעם איינער מער און איינער ווייניגער.
סדא א מעשה ביים רבין ז"ל איך קען נישט די פרטים אז ער האט קלאר געזאגט אז די שטרענגע חינוך איז אז סזאל זיין פון וואס נאכצולאזן
ווען די פארלייגסט דיך אויף קלייניגקייטן וועלן דיינע חסידים, קינדער, ארבייטער זיך נישט וואגן צו טאן עפעס א דראסטישע אקט וואס זאל דיך באמת אויפרעגן. איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט דעם. למשל לאמיר זאגן ביסט א בעה"ב און ביסט אויך א צוגעלאזענער מיט דיינע ארבייטער און די לאכסט ארום מיט זיי מיט די צייט וועט ער דיך נעמן לייכט און טון מה שחפץ לבו. אויב אבער ווייסט ער אז סדא זאכן וואס דער בעל בית וועט זייער שטרענג נעמן. למשל ער וועט מאכן קולות אפי אויב די קומסט מיט א מינוט שפעטער. מיט דעם האט ער דיך געשטעלט אויפן פלאץ.
מיין חבר איז א ראש ישיבה פאר שוואכע בחורים. דערציילט ער מיר איבער די גרויסע טעות וואס טאטעס און מחנכים האבן אז זיי גיבן גענצליכע פרייהייט. סאיז א ביטערער טעות ווייל לאמיר זאגן די פארלאנגסט נישט קיין חאלאטל ווייל די האלטס בשיטה אז מען מעג גיין מיט א העמעד און הויזן און נישט אין דעם שטעקט יודישקייט. אבער סגייט דורעך אפאר וואכן און די זעהסט דעם בחור מיט א קאלערדיגע העמעד און א גראבע דשעקעט אום ווייסע סניקערס ביי דיר אין ישיבה וואס זאלסטו דעמאלטס טאן. צומאל איז שוין צו שפעט.
אויב אבער וואלט דער חאלאטל געווען א יסוד עצום וואלט קיין פראבלעם נישט געווען, אפי אויב דער חאלאטל בעצם איז א שטות. פארשטייסט
אזוי איז ביי יעדע זאך ווייז בעלות ביי קליינע זאכן און דאס זאל זיין די באנדעריס ווי איידער אלעס לאזן און מען זאל דיר אויפרעגן מיט איסורי דאורייתא'ס.
איך האף אז דער עולם פארשטייט וואס איך מיין צו שרייבן. נישט אז איך פראקטיציר פרומקייט נאר פשוטע פראקטישקייט נאר אזוי קען זיך א קאמפעני האלטן

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
נאך א וויכטיגער יסוד אין הלכות קולט כמיין פארטיי-חסידות. צו פארלאנגן עפעס א משוגענע זאך און זיך גאר שטארק עקשנען דערויף. למשל גיין שבת מיט שווארצע זאקן. אדער בחורים שבת מיט שווארצע זאקן. די פאות אזוי אדער אראפ. בקיצור פארלייג דיך אויף ערענסטע שטותים וועט דיר שוין אלעס נאכדעם גיין גרינג ווי פוטער
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- הילל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
- געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
שם טוב, געדענק אויך פון דעם יסוד גדול אז איינמאל ער וועט ברעכן די זאך אויף וואס האסט זיך אזוי שטארק גע'עקשנ'ט, קען ער שוין ענדערש גיין אלל די וועי, ווייל ער וועט זיך שוין סייווי באטראכטן פאר א טאטאלער שייגעץ.
אן אנדערע יסוד גדול איז אויך אז אנשטאט ארויפצווינגען זאכן, דארף מען ענדערש פרובירן מסביר זיין, אריינגעבן א טעם, און מאכן אז יענער זאל עס פארשטיין און זאל עס וועלן.
אויב נישט, וועט ער אין בעסטן פאל טאקע בלייבן מיט'ן אויסערליכן חאלאטל אדער הוט, אבער אונטער דעם וועט זיין ליידיג און לער. מ'וועט קענען זינגען לעבעדיג "הוט, הוט, וואו איז דיין איד?". אין ערגסטן פאל, ווען ער וועט אראפווארפן דעם הוט, וועט נישט זיין קיין אידישע נשמה וואס צו בלייבן. אן א חאלאטל וועט ער אנהייבן שפירן ווי א גוי גמור, ווייל אויף דעם האט דאך זיין טאטע און מגי"ש אזויפיל אריינגעבאכעט און געווען אזוי שטרענג דערויף. און ווען ער וועט זיך כאפן אז דאס איז גארנישט ווערד, וועלן די גרינגערע זאכן פון וואס מ'האט קוים גערעדט און נישט געלייגט אזא דגוש, זיכער אוועקפאלן דערמיט. ווי אן אנערקענונג וועט בלייבן א שווארצער כאלאטל הענגען אויפ'ן הענגער, וזהו.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הילל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
געווען אמאל א מעשה מיט א בוים וואס מ'האט פון איר נישט געטארט עסן. געווען דארט א פרומע מאן וואס האט מורא געהאט אז זיין ווייב וועט נישט גענוג שטארק נזהר זיין, האט ער איר באפוילן אז צו דעם געאסרטן בוים טאר מען בכלל נישט אנרירן. שפעטער געווען עפעס א מעשה מיט א שלאנג, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך... אבער דעמאלס האט יעדער איינגעזעהן ווי וויכטיג ס'איז צו לייגן גדרים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:מעשיות פונעם רבי'ן ברענגט ער? ער איז דאך געווען א טיפש עצום, משם ראיה?
מעשיות פון וועלעכען רבין ברענגט ווער. ווער איז דער טיפש עצום און וואס א חילוק צווישן א פשוטער טיפש און א טיפש עצום. און פון דארטן איז נישט קיין ראי אז וואס. און פון וועלעכען רבין איז יא א ראי און אויב רעדסטו איבער וואס כהאב געברענגט פונעם רבין ז"ל האב איך דאך געמיינט דיין רבין. ביסט צימישט אדער וואס
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
shem-tov האט געשריבן:מיין חבר איז א ראש ישיבה פאר שוואכע בחורים. דערציילט ער מיר איבער די גרויסע טעות וואס טאטעס און מחנכים האבן אז זיי גיבן גענצליכע פרייהייט. סאיז א ביטערער טעות ווייל לאמיר זאגן די פארלאנגסט נישט קיין חאלאטל ווייל די האלטס בשיטה אז מען מעג גיין מיט א העמעד און הויזן און נישט אין דעם שטעקט יודישקייט. אבער סגייט דורעך אפאר וואכן און די זעהסט דעם בחור מיט א קאלערדיגע העמעד און א גראבע דשעקעט אום ווייסע סניקערס ביי דיר אין ישיבה וואס זאלסטו דעמאלטס טאן. צומאל איז שוין צו שפעט.
א פחד וואס מ'הערט אלץ נעבעך פון מחנכים.
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
פיש כאפער האט געשריבן:אזויווי נועם כאמסקי זאגט ״די קלוגער וועג צו האַלטן מענטשן פּאַסיוו און איינגעצוימט (אין א סיסטעם) איז צו שטרענג באגרעניצען די ספּעקטרום פון אנגענומענע מיינונגען, אָבער לאָזן זייער לעבעדיגע דעבאַטעס אין דעם ערלויבטן ספּעקטרום....״
א לעבעדיגע דוגמא צו דעם קאנצעפט. א גאנצער אשכול פון בלעטער לאנג מיט לעבהאפטיגע דיסקוסיעס איבער די גאר הארבע שאלה צי מען מעג חלילה גיין צוזאמען מיט די אגודה ביי א פראטעסט.
פארשטייט זיך אז אפילו פון א עקסטרעמע סאטמארע פוינט אוו וויו, איז דער דיון ניטאמאל ראוי לאכילת כלב, נישטא קיין התחלת שאלה בכלל (כאטש מהרז"ל ובית דינו זענען געזיצן לאנגע אסיפות איבער די שאלה, און אפילו מוסיף געווען נאך דיינים דן צו זיין אין די הארבע פראגע). פארוואס איך זאג אז דאס איז בכלל נישט קיין אישו? פשוט ווייל מיר האבן א כלל פון "שאל אביך ויגדך", היסטאריע איז דער בעסטער מלמד.
אין א אנדערן אשכול האט החכם הידען והוא פלאי געשריבן איין תגובה, וואס צו ווארפט דעם גאנצן דיון נאך בעפאר מען הייבט אן.
והוא פלאי האט געשריבן:סתם למען הפינקטליכקייט שבהיסטאריע, וויל איך דא מעיר זיין, און איך האף אז דער סקרענטאנער רב וועט מיר מוחל זיין
דאס איז נישט דער המאור, דאס איז דער האיחוד, א קובץ וואס איז ארויסגעגאנגען דארך עדה אפיליערטע קרייזן, קוק ווער עס לייגט דארט מודעות, קוק ווער עס שרייבט מאמרים, און קוק אין יענעם קובץ דער באשרייבונג פון סאטמאר רב אין די בראשית יארן אין אמעריקע
דער עומק הבנה וואס יעדעס יונגל האט היינט בעומק הפלוגתא עם הציונים איז נאך דעמאלטס ביים אלגעמיינע עולם אפי' דער קנאי'שע נישט געווען פשוט
וליתר שאת, שאף דיר אן דעם ספר מלחמות ה', וקול יעקב, און ליין אפי' פון די שפעטירדיגע יארן ווען עס איז שוין געווען אן התאחדות, די צעטליך און די פרעס ריליסעס, און זאג מיר צו עס וואלט אדורך דער צענזור פון די היינטיגע קנאים. וכידוע האט זיך דער רבי אליינס געפארעט מיט דעם, ודו"ק כי עמוק הוא
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דער עולם מאכט דא גרויס ליצנות פון שם טוב. אבער גראדע דא האלט איך מיט אים. עס איז קלאר אז די איינציגע סיבה פארוואס ביי חרדים איז דא די ווייניגסטע מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות ווי ביי אלע אנדערע אידישע דענאמינאציעס איז וויבאלד זיי לייגן אזא דגוש אויף די אלע מינדערוויכטיגע זאכן ווי שפראך, קליידונג וכדומה. לאמיר זאגן א חרדי'שער פינף און צוואנציג יעריגער איד ווערט אן אפיקורס ר"ל, דהיינו, ער האט שוין עובר געווען אויף דעם איסור פון די רבנים און זיך איינגעהאנדלט אינטערנעט, ער האט זיך שוין אויסגעלערנט א גוטן ענגליש, און ער האט שוין דורכגעליינט די כל באיה לא ישובון ביכער, און ער פארשטייט שוין די מושגים וואס זענען געווען ווילד פרעמד ביי אים ביז די אינטערנעט עפאכע. פונדעסטוועגן וועט ער בלייבן א איד ווייל ער האט שוין א ווייב מיט דריי קינדער, ער איז גענצליך אומבאקאנט אין די סעקולערע קולטור, ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט זיין גאנצע משפחה און גוטע פריינט, און אזוי ווייטער. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז לכאורה די בעסטע צו פראדוצירן וואס מער געפילטע פיש עסער און שופר בלאזערס. פארשטייט זיך אז מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אבער דאס איז נישט די נקודה.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
ווער איז דער "יענער" וואס ווירטשאפט אן אזא קולטור, און וואס האט דער יענער דערפון אז עס זענען דא מער פון אונז? געלט? מאכט? איך פארשטיי נישט ווער עס איז דער יענער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און וואס ער פארדינט דערפון.
ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?
ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
יאיר האט געשריבן:דער עולם מאכט דא גרויס ליצנות פון שם טוב. אבער גראדע דא האלט איך מיט אים. עס איז קלאר אז די איינציגע סיבה פארוואס ביי חרדים איז דא די ווייניגסטע מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות ווי ביי אלע אנדערע אידישע דענאמינאציעס איז וויבאלד זיי לייגן אזא דגוש אויף די אלע מינדערוויכטיגע זאכן ווי שפראך, קליידונג וכדומה. לאמיר זאגן א חרדי'שער פינף און צוואנציג יעריגער איד ווערט אן אפיקורס ר"ל, דהיינו, ער האט שוין עובר געווען אויף דעם איסור פון די רבנים און זיך איינגעהאנדלט אינטערנעט, ער האט זיך שוין אויסגעלערנט א גוטן ענגליש, און ער האט שוין דורכגעליינט די כל באיה לא ישובון ביכער, און ער פארשטייט שוין די מושגים וואס זענען געווען ווילד פרעמד ביי אים ביז די אינטערנעט עפאכע. פונדעסטוועגן וועט ער בלייבן א איד ווייל ער האט שוין א ווייב מיט דריי קינדער, ער איז גענצליך אומבאקאנט אין די סעקולערע קולטור, ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט זיין גאנצע משפחה און גוטע פריינט, און אזוי ווייטער. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז לכאורה די בעסטע צו פראדוצירן וואס מער געפילטע פיש עסער און שופר בלאזערס. פארשטייט זיך אז מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אבער דאס איז נישט די נקודה.
איך פיל מיך יעצט ווי אזא לוזער, אז מיין לעבן ווערט גענצליך דאמינירט דורך אנדערע.
אבער וואסא חילוק. דאס איז נישט די נקודה...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ווער איז דער "יענער" וואס ווירטשאפט אן אזא קולטור, און וואס האט דער יענער דערפון אז עס זענען דא מער פון אונז? געלט? מאכט? איך פארשטיי נישט ווער עס איז דער יענער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און וואס ער פארדינט דערפון.
ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?
ס'איז - איך, דו, יאיר, די רבי, די גבאי, די צדקה גייער, די שבת גוי, שטארק, נידערמאן, די פאוסט, די בלאט. "מיר אלע אינאיינעם".
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
- האט שוין געלייקט: 120 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:מעשיות פונעם רבי'ן ברענגט ער? ער איז דאך געווען א טיפש עצום, משם ראיה?
אויב רעדסטו פון סאטמאר רב, דאן האסטו אים אינטערגעשאצט, ער איז נישט געווען סתם א טיפש, געווען איז ער דער טיפש פון די טיפשים. אין זיינער צייט איז ער געווען אנגענומען אין די וועלט פאר דער גרעסטער טיפש בדורו! אזוי ווייט אז גינעס ווארלד רעקארד האט אים אפילו נישט געוואלט שטעלן אין שפיץ פון די טיפשים, זאגענדיג אז ער פארשעמט גאר די טיפשים, און זיין אנוועזענהייט אין דעם רעקארד וועט אנטמוטיגן ציקונפטיגע טיפשים פון ערשיינען דארט, זינט אזא טיפש איז נאך נישט באשאפן געווארן אין משך פון די הונדערט ביליאן יאר וואס די וועלט איז אריין אין עוואלאציע.
סייענטיסטן וואס האבן שטודירט א האר פון זיין בארד, האבן פעסט געשטעלט אז אנדערש ווי אלע מענטשן וואס שטאמען פון מאלפעס און חזירים, שטאמט ער פון א שאלאכטץ פון א ניסל, וואס די ניסל איז בטעות ארויסגעפאלען פון זקינינו המלפה הראשון זי״ע, און בשעת די בינג בענג האט פאסירט, האט זיך דער ניסל בהאלטען אין א אומבאקאנטען ארט, בערך דריי ביליאן ליכט יאר אוועק פון די קריזיס, און בטעות האט די שאלאכטץ פון אט די ניסל געבוירען א מענטש מיט אזוי ווייניג שכל ממש ווי א שאלאכטץ פון א ניסל, און פינעף ביליאן יאר שפעטער איז ער געבוירען. דאס געט א ביסעל צו פארשטיין די אומגעהויערע טיפשות וואס ער האט מיט זיך געטראגען.
איך האלט אז עס איז א נארישקייט פון דיין זייט, זיך אראפצולאזן און רעדן פון אזא טפוש עצום.
פון דעם חכם ארזים מורה מורינו רבי געפילטע וואלט איך נישט ערווארטעט אזא טפשות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום כתר מלכות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.