וויזשניץ-מאנסי; איר מהות און אייגנארטיגקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

וויזשניץ-מאנסי; איר מהות און אייגנארטיגקייט

שליחה דורך חקרן »

חסידות איז נישט אזוי ווייט מיין סטייל און מיין טעמע, אבער פארט וואלט געווען אינטערעסאנט צו עפענען אן אשכול איבער די וויזשניצע חסידות אין מאנסי.

אין ליכט פון אן אנדערן אשכול וואס רעדט פון ניטל אין ויז'ניץ און תהילים, עפן איך דער אשכול ארויסצוברענגען זייער מהות און אייגנארטיגקייט, פון די חסידות און בפרט פון דער רבי, וואס איז זייער קאלירפול און אינטערעסאנט, און אפשר אויך אביסל קאנטערווערשל, ווי אויך דער וועג ווי אזוי ער האט אוועקגעשטעלט די חסידות זיינער. איך האב זיך לעצטנס געצויגן קיין מאנסי, איך דריי זיך נישט דארט אסאך, אבער גענוג אויף אזויפיל צו זען אז עס איז פאראן דארט א געוויסע אייגנארטיגקייט און באזינדערקייט. איך וועל לאזן דעם עולם דעבאטירן איבער דעם. איך בין זיכער אז עס זענען פאראן דא וואס ווייסן מער וואס טוט זיך דארט און קענען געבן א בעסערן ביאור-מקיף. ווארטן מיר צו הערן פונעם עולם.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

כבוד השם הסתר דבר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]חקרן[/tag]/ א גוטע איידיע, אבער די פאנג אהן. די זאגסט דאך גארנישט
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

וואס ווייס איך? - איך בין זיכער אז אנדערע וועלן קענען מאכן א בעסערע דזשאב פון מיר.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

כ'מיין מ'קען עס בערך אזוי אוועקשטעלן,
רבי חיים מאיר'ל איז בכלל נישט געוועהן קיין שארפע אין דער קנאי'שדיגע חלק, עכ,פ נאך דער קריג, רבי מאטעלע אלץ תלמיד אין סאטמאר בשנת תרצ"ח-ט בערך, זיך פיל קונה געוועהן דארט קנאות לגבי ציונות ואגודה, דאס האט זיך אויסגעברייטערט דא אין אמעריקא נישט נאר די חלק הקנאות נאר פשוט קיצוניותדיג פרום, פרום הייסט זאכן געבויט אויף הרגשים פארשידינע שוואכקייטן אבער האט באמת גארנישט צו טוהן מיט הלכה אדער סיי וועלעכע מנהג.

אן אריין גיין אין דער חלק ה'מרידה' (וואס איז שוין דא א אשכול פאר זיך), האבען די פרומערע בחורים שפעטער יונגעלייט זיך אנגעקלעפט אין רבי מאטעלע.

דא דארף ווערן ארויס געברענגט נאך א נקודה, דער וויזניצער עולם בדרך כלל איז מקבל יעדער משוגעת, כאילו אוועק געשאנקען דעם מח נישט נאר צום רבי, נאר אויך צו זייערע אנפיריערס, ווי למשל, אמאהל האט מען געשריגען סרולטשע צדיק בעל צדקה כדומה, נאך אפאר יאר שרייט מען סרולטשע שייגעץ מ'ווארפט איהם ארויס, נאך עטליכע יאר שרייט מען מענדעל צדיק, איך שפעטער גייט דער ניגון צוזאמען סרולטשע שייגעץ מענדל צדיק, נאך עטליכע יאר נתהפך הקערה על פיה מענדל שייגעץ סרולטשע צדיק, נאך עטליכע יאר ביידע צדיקים... אין אנדערע ווערטער דער וויזניצער עולם איז ווי א גרויס טאפ טשאלענט אנגעפולט מיט באנדלעך, אין לויט ווי דער קעכער דרייט מיט זיין לאנגע שעפ לעפל אזוי טאנצט מיט די באנדלעך.

אזוי בכלל די רבי'ס אין וויזניץ מאכען אפ בדרך כלל זייער נערישע תקנות, אמאהל איז עס גוטע תקנות נאר הער צו ווי אזוי מיט וועלעכע סארט דרשה זיי געבן איבער די נייע תקנה, עכ"פ דער עולם פאלקט נאך ווי קעלבלעך, וויבאלד דעראיי-קיו לעוול איז נישט צו הויך אדער זענען זיי פראגאמירטע ראבאטן, איינע פון די צוויי זעכער, אויב נישט ביידע.

איז יעצט די קנאות אדער פרומקייט וואס געהערט אין וויזשניץ מאנסי האט גארנישט צוטוהן מיט ערליכקייט, דער עולם איז נישט פרומער בפועל מעשה ובמחשבה, נאר זענען פראגאמירט געווארען יעצט מיט א נייע תקנה, מ'האט פשוט אריין געלייגט א נייע טשיפ צום קאמפיוטער.

איז אוודאי דאס איז א מהות כשלפני עצמם, ספעציעל ווען דער עומד בראש איז אויך נישט פון די קלוגסטע, ס'איז ברור אז בעלז אונטער די הנהגה פון דער בן החכם וועט נישט זיין אנדערש, אבער די מעלה איז אז דער בן החכם האט זיך געלערנט קנאות נישט פון דער ערליכע סאטמאר רב נאר פון זיין ליבעראלע פאטער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך מיין אז סאיז נישט ריכטיג אזוי אראפצורייסן די אינטעליגענץ פון א גאנצע ציבור, פשוט ווייל איך גלייב אז פון סטאטיסיטישע שטאנדפונקט לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אין איין חסידות זאלן זיין קאנצעטרירט מער שוטים, אויב האלטסטו אז סאיז יא אזוי דארפסטו ברענגען א ראיה,
דאס וואס זיי פאלגן זייער רבי בלינדערהייט זאלסט מיר מוחל זיין, איך זעה נישט מיט וואס אנדערע חסידות'ען זענען בעסער איבעראל לויפט מען נאך דעם רבי'ן ווי קעלבלעך
אדרבא ברענג דוגמאות פון נערי'שע תקנות און מוועט דעבאטירן צו אין אנדערע פלעצער וואלט דער עולם נישט געפאלגט, למשל אין סאטמאר ווען דער סאטמאר רב האט געמאכט א זינלאזע תקנה פון נישט גיין צום כותל האט נישט דער עולם געפאלגט?
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

דא איז נישט דא קיין רולס קעגן ראסיזם?
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

איש עברי,

איך ווייס נישט צו וועלעכע חסידות די געהערסט, עס אינטרעסירט מיר אפילו נישט, - אבער היות די האסט גוט געפרעגט און גוט געזאגט וועל איך דיר ענפערן.

ערשטנס איך האב בכלל נישט געמיינט ארינטערצורייסען א חסידות, ווען יא וואלט איך אינטערגעריסען די גאנצען היינטיגע חסידישע געלויף אויב וויל איך, אין נישט אנדערש ווי אנדערע שרייבען דא מיט זייער א ברייטע שפראך אויף אלעס וואס האט נאר צוטוהן מיט אידישקייט. אויב האסטו שוין אמאהל אדורך געליינט מיינע תגובות וועסטו שוין פארשטיין מיין שטאנדפוקט.

והשנית, צום ענין איך וויל קלאר מאכען זייער א וויכטיגע נקודה, עס קען זיין פיר קלוגע מענטשען איינער קופט פון רוסלאנד, דער צווייטע קומט פון פולין, דער דריטע קומט פון אונגארן, דער פערדע קומט שוין פון בוקאווינער מארמאראש, אלע פיר זענען גערעכנט אלץ קלוגע, וואלסטו נאך אלץ געזאגט אז עס איז נישט דא קיין חילוק אין זייער קלוגשאפט? יעדער לויט זיין קולטור אין סביבה פון ווי ער קומט האט א געוואלדיגע השפעה אויף דער מענטש נישט קיין נפק"מ ווי קלוג ער זאל נאר נישט זיין.

דער זעלבע איז מין א רוסישע חסיד, פולישע חסיד, אונגארישע חסיד, און א בוקאווינה חסיד, אלע פיר זענען פלאם פייערדיגע חסידים, קען מען דען זיך איינרעדן אז מ'זעהט נישט קיין חילוק אין יעדן חסיד פון ווי ער קומט, צו ער וויל יא אדער נישט בהכרח האט דער מקום מולדתו א השפעה אויף איהם נישט קיין נפק"מ ווי א גרויסע חסיד ער זאל נאר נישט זיין.

זעהט מען דען נישט קיין נפק"מ ציווישען די קנאות ביים סאטמאר רבי און דער וויזשניץ רבי, דער וואס זאגט אז מזעהט נישט קיין חילוק איז פשוט בלינד צו דער זאך אדער א שוטה.

איינער וואס איז אויף געוואקסען ביי א טאטע א גרויסע רבי, וועלעכע האט טאקע יא פארמאגט טאלאנטען, אין טאקע יא געשוויצט פאר זיינע חסידים וכדומה, אין אויב זיין זוהן נעמנט אויף זיך א גאנץ אנדערע מהלך החיים אפילו לטובה, ווערט עס שוין עפעס אנדערש, ס'שוין נישט דער געהעריגע מקורות'דיגע זאך, אבער היות די חסידים גייען יא מיט מוט איהם, ווערן זיי מיטגעשלעפט, אבער די קענסט נישט פרעגן קיין קשיא אויף א וויזניץ-מאנסי חסיד, ווייל ווי ננישט כאמור לעיל זענען זיי משורש פון בוקעווינה מאמאראש.

כאפ א נארטירליכע שמועס מיט א וויזשניץ-מאנסי חסיד איבער דעם רבונו של עולם, דער בעל שם טוב, וועסטו שוין אליינס פארשטיין וואס איך מיין.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

באמת טאר איך נישט רעדן.
אבער אין מדרש בלי חידוש.. ווייסן אלע אז זאגן זאגט ער גאר אז זיינע קנאות'דיגע הנהגות נעמט ער א טייל פון זיין שווער, וואס איז גראדע געווען א עקסטרעמע שטילע קנאי, אבער ער האט עס מלבש געווען מיט זיין סטייל.
ווען ער זאל גיין כולו סאטמאר, אזויווי תולדות אברהם יצחק וויזניץ, נו! אבער למעשה טאנצט ער אויף דריי חתונות, וויזשניץ איז ער, תלמיד סאטמאר האלט ער, און א פארציע פונעם שווער וויל ער אויך ביי די זייט
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

דאכציך זיין פארמאכטקייט און זיינע קפידא׳ס,און זיין גיין קאפ און וואנט האט ער גענומען פון סקווער.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

וואס נאך פארמאגט ער, וואס ער האט גענומען פון וואו..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך פיש כאפער »

איש עברי האט געשריבן:איך מיין אז סאיז נישט ריכטיג אזוי אראפצורייסן די אינטעליגענץ פון א גאנצע ציבור, פשוט ווייל איך גלייב אז פון סטאטיסיטישע שטאנדפונקט לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אין איין חסידות זאלן זיין קאנצעטרירט מער שוטים, אויב האלטסטו אז סאיז יא אזוי דארפסטו ברענגען א ראיה,
דאס וואס זיי פאלגן זייער רבי בלינדערהייט זאלסט מיר מוחל זיין, איך זעה נישט מיט וואס אנדערע חסידות'ען זענען בעסער איבעראל לויפט מען נאך דעם רבי'ן ווי קעלבלעך
אדרבא ברענג דוגמאות פון נערי'שע תקנות און מוועט דעבאטירן צו אין אנדערע פלעצער וואלט דער עולם נישט געפאלגט, למשל אין סאטמאר ווען דער סאטמאר רב האט געמאכט א זינלאזע תקנה פון נישט גיין צום כותל האט נישט דער עולם געפאלגט?

100% גערעכט אנדערע חסידות׳ען זענען נישט בעסער. איך מיין נאר אז דער חילוק איז ווער דער רבי איז. למשל, אין בעלזא איז היינט דא א קלוגער רבי און אזוי אויך איז געווען אמאל אין סאטמאר און אין וויזניץ. משא״כ אנדערע רבי׳ס (וויזניץ מאנסי לויט דולה ומשקה, איך קען אים נישט) וואס דעמאלטס קומען פאר די חסידים ווי גרויסע בהמות, ווייל זיי ווערן געפירט פון איינס.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

Starbucks האט געשריבן:דא איז נישט דא קיין רולס קעגן ראסיזם?


איך האב שטארק חשק אײן צו לאדענן געװיסע ניקס דא זײ זאלן מוחה זײן און זיך אן נעמען פאר א
יודישע/חסידישע מײנאריטי, אבל מי אנכי?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

אזויפיל שטותים אין איין אשכול...

נישט אז איך בין א חסיד דארט, אבער עס איז דא אזויפיל צו דעבאטירן איבער דעם ארט, עס ליגט פיל טיפערע נקודות ווי די טפשות וואס מאנכע האבן געשריבן דא. כ'מיין אז די מערסטע צו די זאך האט נאך געשריבן מנשה לוסטיג. עס איז א באזונדערע גאנג, א באזונדערע מהלך. דער רבי האט אין זיך אסאך קאנטערווערשל שטיקלעך פון איין זייט, בשעת פון די אנדערע זייט האט ער אויך אנדערע זיטן. איך בין נישט אויסן צו ערקלערן דעם פלאץ, ווייל איך ווייס אז איך וועל שרייבן שטותים - ס'איז נישט מיין ליין, אבער קענענדיג א טראפקעלע נאנטער דאס ארט (וואוינענדיג אין יענע שטאט), קען איך בלויז זאגן אז עס פאסט נישט פאר די מיטגלידער דא צו רעדן אזוי קליינקעפיג. עס וואלט זיך געפאסט אז איינער זאל קומען מיט א זאכליכע אנאליז, לשבח או לגנאי, נישט קיין חילוק, אבער זאכליך.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך בין נישט קיין מאנסיער חסיד אבער איך האב עטליכע מאהל געהאט די געלעגנהייט צו וויילן אין וויזניץ מאנסי פאר א שבת און איך האב באאבאכט אביסל דעם פלאץ, און עס האט דווקא געלאזט אויף מיר א גוטן איינדרוק,
קודם דער רבי - וואס ווי אנדערע האבן באטאנט - ער קומט מיר פאר צו זיין א פילפארביגע מענטש,
פון איין זייט שארף און ביטער, אבער פון די אנדערע זייט ווייעך ווי פוטער, איך האב געזעהן ווי ער נעמט אויף קליינע קינדערלעך און ער געדענק זיי ביים נאמען! עס האט מיך זייער באנומען א איד א זקן וואס זיין קאפ ליגט נישט אין שטותים האט פלאץ צו געדענקען נעמען פון קליינע קינדער, איך האב געזעהן ווי יונגעלייט זענען זיך מזכיר ביי אים און מען זעהט אין זיינע אויגן א אהבה און חמלה צו זיינע חסידים, און אזוי צו יעדן וואס קומט מיט אים אין בארירונג.
פון איין זייט קליינקעפיג און נאאיוו, און פון די אנדערע זייט אויפריכטיג און ברייט, ווי למשל ווען מען קומט אריין צו אים קען מען זעהן ווי ער ליינט געמיטלעך א צייטונג, און אני הקטן האב שוין אמאל איבערגשמועסט מיט אים א גוט שטיקל פאליטיק מיט'ן גרעסטן מאס פשטות, ער איז אויך זייער א גראדער מענטש שפילט נישט קיין שפילען זאגט קלאר וואס ער האט צו זאגן, און רעדט פון זיך אליין מיט'ן גרעסטן מאס פשטות.
דערנאך די חסידים
אמת אז דער עולם איז צוריקגעבליבן און פאנאטיש, אבער וואו איז מען דען נישט? די חילוק פון וויזניץ מאנסי און אנדערע פלעצער איז א דקות'דיגע וואס איז נוגע קליינקעפיגקייט, אבער פון די אנדערע זייט הערשט דארט אינעווייניג א פיינע ווארימע אטמאספערע דער עולם האט זיך ליעב מ'פארטראגט זיך מ'וויל זיך נישט אויפעסן, און ס'איז דא דארט אסאך פיינע יונגעלייט און תלמידי חכמים וואס די וועלט איז זיי גארנישט שולדיג, און זיי זענען דבוק און זייער רבי'ן און זיי זוכן נישט צו ווערן גרויס און טרעטן אויף די מענטשהייט אזוי ווי למשל אין סאטמאר ווי יעדע מידל עידש תלמיד חכם מוז ווערן א רעבעלע.

עס איז נאך דא אסאך צו רעד'ן אבער די אונטערשטע שורה איז אז אלע חסידות'ן דארף מען צושפארן, אבער איך מיין אז וויזניץ-מאנסי קען מען לאזן פון די לעצטע אויפ'ן ליסט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אויב די וויזניצע האבן שכל זאלן זיי דינגן [tag]שת.אדמזאהן[/tag] זיי צו פארטיידיגן. געמאכט א פיינעם ארבעט מיט פאפא.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט