בלאט 1 פון 1

אז די ביסט גרייט דאן געב א לייק!

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:29 pm
דורך טיטאניק
חברים יקרים
די אשכול זאל זיין געווידמעט אז ווען אימער איינער וויל באמת וויסען דעת הקהל זאל ער דא פאוסטען זיי פלאן און דער עולם וואס האלט דערפין "באמת" אפילו אין רעיל לייף (נאך וואס די קאפיוטער לעשט זיך אויס) זאל לייקען און אזוי וועט מען קענען וויסען דעם אמת'דיגער דעת הקהל ביי פארשידענס און אינטערסאנט

מיין ערשטע פלאן, סעלף דיפענץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:32 pm
דורך טיטאניק
נאך די ביטערע טראגעדיעס וואס מיר האבען ליידער לעצטענס געהערט ביים היימישען עולם איז זייער אקטועל די פראגע
ווען עס וואלט יעצט געהאנגען א צעטעל אין בית המדרש אז עס גייט זיך עפענען א היימישע על טהרת הקודש'דיגע קלאס פון "סעלף דיפענץ" און לערנען שיסען מיט א גאן
וואלסטי געדזשוינט אזא היימישע קלאס פון "סעלף די פענץ"?
אדער נאר "סעלף דיפענץ" אן לערנען "שיסען" אדער ביידע?

חברה לאמיר הערען ענקער דעה

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 7:59 pm
דורך פיטומי מילי
טיטאניק,
עס איז א בפירוש פסוק ״ללמד ישראל קשת״

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:43 pm
דורך פיטומי מילי
אגב, דאס בילד ביסטו?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:33 pm
דורך טיטאניק
פיטומי מילי האט געשריבן:אגב, דאס בילד ביסטו?

מיין זיידע'ס ווייב

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:46 pm
דורך פיטומי מילי
טיטאניק האט געשריבן:
פיטומי מילי האט געשריבן:אגב, דאס בילד ביסטו?

מיין זיידע'ס ווייב

דיין זיידע האט געהאט א ווייב א יפת תואר,
די שטאמסט פין דעי זיווג?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:50 pm
דורך יושב אהל
דער מסילת ישרים שטעלט שוין אוועק די גדרים, אז אויף א מילתא דלא שכיחא דארף א מענטש נישט חייש זיין.
אזא מעשה הערט מען איינמאל אין א יובל, און נישט יעדער הייסט מנחם שטארק מיט סיבות אז מענטשן זאלן אים וועלן אפרוימען פון וועג.
נישטא קיין שום זאכליכע סיבה צו לערנען סעלף דעפענס, ווילסט עפעס אויפטון, לערן פוירסט עיד וואס איז שוין מער שייך און קען ראטעווען א לעבן היינט אדער מארגן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:53 pm
דורך איך אויך
און די פאני חלק איז אז יענער גיבט נישט קיינע סעלף פענץ און אויך נישט קיינע סעלף דיפענס קלאסן ,די בילד איז פון א איזרעלי זוג בעלי תשובה וואס געבן יאגא קלאסן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:01 pm
דורך טיטאניק
איך אויך האט געשריבן:און די פאני חלק איז אז יענער גיבט נישט קיינע סעלף פענץ און אויך נישט קיינע סעלף דיפענס קלאסן ,די בילד איז פון א איזרעלי זוג בעלי תשובה וואס געבן יאגא קלאסן.

א איד מיט א שטריימל שטייט און געבט א ערנסטע דרשה קימט א "איך אויך" און מיט איין ליצנות טרייבט ער אוועק אלע ערנסטע פעינימער און מאכט יעדעם שמייכלען
נו נו, יונגעלע זאג נאר ווער איז דיין טאטע! אוי גייט ער דיר אויספראסקען

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:04 pm
דורך איך אויך
פליז זאג נישט פאר מיין טאטי ,איך גיי שוין זיין וואויל.