בלאט 1 פון 1

עושה חסד עם חברותיה א get out of jail free card?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:39 am
דורך דענקער
ווען עס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך די פארשידענע סאציאלע אומיוסטיצן מיט וואס אונזער היימישער עולם איז געבענטשט, קומען אלס אפיר די אפאלאגעטיקער און טענה'ען 'קוק וויפיל חסד עס קומט ארויס פון די קאמיוניטי' ביקור חולים, בוני עולם וכו'.

(אגב, א געוויסע געמיינדע וואס טוט אסאך ביקור חולים, אבער מאידך גיסא צייכענען זיי זיך נישט אויס מיט איבריגע רעספעקט און טאלעראנץ פאר מענטשן. פלעגן די גוט-זאגערס זאגן אז 'געזונטע לאזן זיי נישט לעבן, און קראנקע לאזן זיי נישט שטארבן').

די טענה קומט מיר פאר אבסורד. מען מיינט אז די זון שיינט אויף ביי סאוטה אכט און גייט אונטער ביי מוירטעל און דאס איבריגע שאר ירקות מאכט נישט אויס. מען שמועסט אויף איינעם אז ער איז געווען א סלאמלאורד און באהאנדעלט זיינע איינוואוינער ווי מיסט. חוץ ביים העכערן די רענט איז ער נישט געווען צום האבן. ער האט געבארגט געלט על ימין ושמאל און געלאזט שטיין די מלוים מיט די זעקל אין די הענט. (איך זאג נישט צו עס איז יא ריכטיג אדער נישט, אבער איין גאט ווייסט אז עס איז דא צווישן אונז גענוג אזעלכע). קומען די מתרצים, ער איז געווען א פיינער מענטש ער האט געגעבן געלט פאר דעם און יענעם אא"וו.

פארוואס זאל דער גוי פארשטיין אז מען קען זיין א חיה צו דרויסנדיגע, נאכדעם קומט מען אין ביהמ"ד, מען גיט צדקה און מען איז א פיינער מענטש?

דאס איז סיי בנוגע אינדיווידואלן, און אויך פאר די געמיינדע בכלל. טאמער דער גוי האט מאיזה סיבה שהוא אן אומגינסטיגע מיינונג אויף אונז און מען פארענטפערט אז מיר זענען עושה חסד עם חברותיה, מאכט דאס די קשיא אסאך שטערקער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:42 pm
דורך שמעקעדיג
א שטארקע טענה.
ערגעץ וואו (דוכט זיך אין די ווב"מ סומאטוכע פרשה) האט ידידינו [tag]יואליש[/tag] געשריבן א שיינע הסבר דערויף, און איינגעטיילט די זאך אין 3 חלקים.
אפשר קען עס איינער צולינקען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
דענקער: איך האב פלענטי וואס צו זאגן (און שרייבן) איבער די נושא פון אידן און גויים, גוטע און שלעכטע, עושה חסד און פיהרן ביזנעס מיט אכזריות. און טיף דענקערס וועלכע זענען אייביג באזארגט (איבריג) איבער חילול ה' און אימעדזש. נאר די טראגעדיע איז נאך צו פריש. 8-) :roll: :oops: :cry: :o